נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 04, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

„מיט אײן פּענזל“ װידער אַ זײַל פֿון ייִדישן פֿעסטיװאַל „אין איין קול‟

Facebook

די מעלבורנער ייִדישע קונסט־אױסשטעלונג א״נ „מיט אײן פּענזל“ איז געװען אַ פּאָפּולערער באַשטאַנדטײל פֿון די יערלעכע „אין אײן קול“ פֿעסטיװאַלן אין די 1990ער יאָרן און בעת די ערשטע יאָרן פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, אָבער נישט אין 2015. הײַיאָר, 2016, איז די קונסט־אױסשטעלונג װידער געװען אַ זײַל פֿונעם מעלבורנער ייִדישן פֿאָלקס־פֿעסטיװאַל, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין חודש מאַרץ.

לאָקאַלע קינסטלער איװעט קופּערסמיט, סאַמאַראַ אַדאַמסאָן־פּינטשעװסקי און אַריאל האָפֿמאַן האָבן געמאָלדן די נעמען פֿון די געװינערס פֿון דער אױסשטעלונג. רײזל ציליך, אַ תּלמידה פֿון דער „בית רבֿקה‟ מײדלשול, האָט געװוּנען די פּרעמיע פֿאַר אַ תּלמיד אָדער תּלמידה אינעם צענטן ביזן צװעלפֿטן יאָר מיטלשול. מיאַ װײַנמאַן, אַ תּלמידה פֿונעם „הר הצופֿים קאָלעדזש‟, האָט געװוּנען די פּרעמיע פֿאַר אַ תּלמיד אָדער תּלמידה אינעם זיבעטן ביזן נײַנטן יאָר מיטלשול. מאירה עפּעל, אַ תּלמידה אינעם מאַרגאַריטאַ קריװיצקי קונסטשול האָט געװוּנען די פּרעמיע פֿאַר אַ תּלמיד אָדער תּלמידה פֿונעם פֿערטן ביזן זעקסטן יאָר פֿאָלקשול. די געװינערין פֿון דער פּרעמיע פֿאַר אַ דערװאַקסענעם קינסטלער איז געװען העדי ריטערמאַן, פֿאַר איר אַרבעט א״נ „די עקראַן־סירענע”.

די אױסשטעלונג איז אָרגאָניזירט געװאָרן פֿון ליען בורנס, און דער „אין אײן קול“ פֿעסטיװאַל איז אָרגאָניזירט געװאָרן אונטערן אױפֿזיכט פֿונעם „סקיף‟ (יוגנט־גרופּע פֿונעם יִידישן אַרבעטער־בונד) און פֿון דער ייִדישער קולטור־אָרגאָניזאַציע „קדימה“ אין מעלבורן.

לאַזאַר קראָם אױסשטעלונג אין מעלבורן

דער באַקאַנטער אַבסטראַקטער קינסטלער לאַזאַר קראָם האָט אַ נײַע אױסשטעלונג אין דער פּאָפּולערער מעלבורנער „טעסיט קאָנטעמפּאָרערי אַרט“ גאַלערײ אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט אַבאָטספֿאָרד. קראָם איז געבױרן געװאָרן אין פּאַריז און איז דערצױגן געװאָרן אין מעלבורן.

לאַזאַר קראָם האָט געהאַט זײַן ערשטע אױסשטעלונג אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. ער האָט געהאַט סך־הכּל דרײַ אױסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ, אײדער ער האָט זיך אַריבערגעקליבן קײן לאָנדאָן. דאַן האָט קראָם זיך אומגעקערט קײן אױסטראַליע אין 1979. זײַנע אױסשטעלונגען װײַזן זײַנע מאָלערײַען, פּרינטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און סקולפּטור.

כּלל־טוער ען זאַבלוד געשטאָרבן אין מעלבורן

ען זאַבלוד, די אײנציקע פֿרױ װאָס האָט דערװײַל געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 95 יאָר. זי איז אױך געװען טעטיק אין װיצ״אָ אױסטראַליע און אַנדערע יִידישע אָרגאָניזאַציעס.

זאַבלוד איז געקומען קײן אױסטראַליע אין 1939 פֿון בריסק ד׳ליטע אין אײנעם מיט איר מאַן, ראָבערט זאַבלוד, װאָס איז אױך געװען טעטיק אינעם אָרגאָניזירטן ייִדישן לעבן אין אױסטראַליע. 

ען זאַבלוד האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון װיצ”אָ װיקטאָריע צװישן 1977 און 1983, און װידער צװישן 1997—1998. ען זאַבלוד איז געװאָרן די ערשטע פֿאָרזיצערין פֿון דער אָרגאָניזירטער ייִדישער קהילה אין װיקטאָריע אין 1987 און איז געװאָרן די אײנציקע פֿרױ װאָס האָט דערװײַל געדינט װי דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע אין דער געשיכטע פֿון דער אָרגאָניזאַציע (אין 1994). זי איז געװאָרן אַ דירעקטאָר פֿונעם „סכנות‟ אין 1995.

װי אַ רעזולטאַט פֿון איר אַרבעט לטובֿת דעם ציוניזם איז ען זאַבלוד באַערט געװאָרן פֿון װיצ״אַ מיט דער רבֿקה סיעף פּרעמיע. זי איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿונעם אָרדן פֿון אױסטראַליע אין 1993 און איז באַערט געװאָרן מיט דער „סער דזשאָן מאַנאַש פּרעמיע‟ פֿון דער אָרגאָניזירטער מעלבורנער קהילה אין 2007.

אַ דערפֿאָלג פֿאַר דער „מכּבי‟ טעניס־מאַנשאַפֿט

„מכּבי‟־אױסטאַליעס טעניס־ליגע האָט צום ערשטן מאָל אײַנגעאָרדנט אַ פֿאַרמעסט פֿאַר אירע מאַנשאַפֿטן אין פֿאַרשײדענע אױסטראַלישע שטאַטן װי אַ באַשטאַנדטײל פֿון די פֿײַערונגען אַרום דער דאַטע 90 יאָר „מכּבי‟־אױסטראַליע. די אונטערנעמונג איז געװען אַ דערפֿאָלגרײַכע און זי װעט מסתּמא װידער פֿאָרקומען איבעראַיאָר. מער װי 12 שפּילערס זײַנען געפֿאָרן פֿון מעלבורן קײן סידנעי כּדי אָנטײלצונעמען אינעם פֿאַרמעסט. די סידנעיער מאַנשאַפֿט האָט געװוּנען 24 קעגן 14 מעטשן.

ייִדישער ספּאָרט־קאַרניװאַל אין יאַנואַר 2017

„מכּבי‟־אױסטראַליע האָט געמאָלדן, אַז איר יערלעכער ייִדישער ספּאָרט־קאַרניװאַל פֿאַר מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות װעט פֿאָרקומען אין דער שטאָט פּערט (װעסטערן אױסטראַליע) פֿונעם 15טן ביזן 22סטן יאַנואַר, 2017. דער קאַרניװאַל העלפֿט צוצוגרײטן יונגע ספּאָרטלער אױף דעם „מכּביה‟־פֿאַרמעסט אין ישׂראל און העלפֿט דער יונגט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע יונגע ייִדישע ספּאָרטלער, װעלכע װױנען אין אַנדערע שטאַטן. דער ערשטער קאַרניװאַל פֿון דעם מין איז פֿאָרגעקומען אין 1982.