דעם 30סטן מאַרץ האָט די אַקטיװיסטישע גרופּע „Jews for Bernie“ (ייִדן פֿאַר בערני סענדערס) אַרױפֿגעשטעלט אױף פֿײסבוק אַ נײַעם לאָגאָ מיט דער פֿראַזע „בערני פֿאַר פּרעזידענט“, געשריבן אױף ייִדיש מיטן אײנהײטלעכן ייִװאָ־אױסלײג. מײַנער אַ חבֿר האָט מיך געפֿרעגט, צי מע האָט די לאָזונג ריכטיק און גראַמאַטיש צונױפֿגעשטעלט. „יאָ“, האָב איך אים געענטפֿערט, „אָבער דעם נאָמען װאָלט איך אַנדערש געשריבן: ב-וי-ר-נ-י“. אַזױ האָב איך טאַקע אױסגעלײגט דעם קאַנדידאַטס נאָמען אין מײַן אַרטיקל פֿון 18טן פֿעברואַר, אָבער די רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטונג האָבן עס אױסגעבעסערט אױף „בערני“. זײער באַשלוס איז באַרעכטיקט: אַז מע װיל שרײַבן אַן ענגליש װאָרט מיטן ייִדישן אַלף־בית, דאַרף דער אױסלײג שטימען מיט דער פֿאָנעטיק פֿון בײדע שפּראַכן. דעם ענגלישן קלאַנג „er“ שרײַבט מען הײַנט „ער“, אַזױ װי מע רעדט.
אָבער די נטיה צו שרײַבן „ער“ דאָרט, װוּ ענגליש האָט אַן אַקצענטירטן „er“, איז אַ רעלאַטיװ נײַע אַנטװיקלונג אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. פֿריִער פֿלעג מען שרײַבן „ױר“ — אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם, װי אַזױ די ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן האָבן אַרױסגערעדט דעם קלאַנג. אין זײַן מײַסטערישער פּאַראָדיע „די פֿיר קשיות פֿון אַן אַמעריקאַן באָי“ דערמאָנט שלום־עליכם „װאַשינגטאָנס בױרטסדעי“ [געבױרן־טאָג] און „פֿױרניטשור“ [מעבל]. דאָס װאָרט „נױרס“ [קראַנקן־שװעסטער] טרעפֿט מען עטלעכע מאָל אין די װערק פֿון משה נאַדיר. אין זײַן „ענגליש־אידישעס ענציקלאָפּעדישעס װערטערבוך“ (1915) גיט דער לעקסיקאָגראַף פּאָול אײבעלסאָן די װײַטערדיקע טראַנסקריפּציעס פֿון ענגלישע װערטער: „טױרן“ (turn) [דרײען], „רי-הױר′-סעל“ (rehearsal) [רעפּעטיציע], „דזשױר′-נעל“ (journal) [זשורנאַל] און נאָך הונדערטער אַזעלכע װערטער.
אַפֿילו אין דעם „פֿאָרװערטס“ גופֿא פֿלעג מען אַזױ שרײַבן. אין אָקטאָבער 1944 האָט מען געדרוקט אַ באַריכט װעגן אַ העלדישן ייִדישן סאָלדאַט פֿון ברוקלין, „פּרײַװעט בױרני פּאָרטנאָי“ (נישט „בערני“), װאָס האָט צוריקגעכאַפּט צען אַנטלאָפֿענע נאַצישע קריגס־געפֿאַנגענע. אין אַ צװײטן אַרטיקל פֿון פֿעברואַר 1935 װערט איבערגעגעבן, אַז מע האָט אַרעסטירט אַ בראָנקסער ייִדן „עראָן בױרני“ פֿאַר „פּרוּװן פֿאַרקױפֿן פֿאַלשע כּשרות־פּלאָמבעס“ (הכשרים אױף פֿלײש).
אױב „בערני“ קלינגט אונדז נעענטער צום ענגלישן „Bernie“ אײדער „בױרני“ — און װײַטער, „נערס“ אַנשטאָט „נױרס“, „ריהערסל“ אַנשטאָט „ריהױרס(ע)ל“ — דאַרף מען שטעלן די פֿראַגע: פֿאַר װאָס האָבן די פֿריִערדיקע דורות ייִדישע מחברים און זשורנאַליסטן גיכער געניצט דעם צװײטן װאַריאַנט, „ויר“? דער ענטפֿער האָט צו טאָן סײַ מיט דער פֿאָנעטיק פֿון בײדע לשונות, סײַ מיט דער געשיכטע פֿונעם ניו־יאָרקער ענגלישן דיאַלעקט.
קודם־כּל, אַ ביסל פֿאָנעטיק. דער ענגלישער „er“ — סײַ אַקצענטירט (למשל, אין „learning“), סײַ נישט־אַקצענטירט (למשל, אין „father“) — איז אײגנטלעך אַ װאָקאַל, אַזױ װי [אַ], [ע], [י], [אָ], [ו] און נאָך עטלעכע װאָקאַלן, װאָס זענען פֿאַראַן אין ענגליש אָבער נישט אין ייִדיש. (לױטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָנעטישן אַלפֿאַבעט זעט אױס דער אַקצענטירטער װאָקאַל „er“ אַזױ: [ɝ].) די װאָס רעדן ייִדיש און ענגליש װעלן באַמערקן, אַז דאָס ענגלישע װאָרט „burn“ (ברענען) האָט בלױז אײן טראַף ([bɝn]), בשעת דאָס ייִדישע „בערן“ (ד״ה, מער װי אײן בער) האָט צװײ טראַפֿן ([be-rn]). אַזױ װי די ניו־יאָרקער רעדן נישט אַרױס דעם קאָנסאָנאַנט [ר] װען ער קומט נאָכן װאָקאַל (אַ שטײגער, „קאַ“ אַנשטאָט „קאַר“ [אױטאָ]), איז דער אױסלײג „ױר“ פֿאַקטיש דער עקװיװאַלענט פֿון „וי“. דעריבער האָט „בױרן“ (= „בױן“) נאָר אײן טראַף, און „בױרני“ (= „בױני“) האָט צװײ, פּונקט װי אױף ענגליש.
נישט נאָר האָבן די אַמאָליקע שרײַבערס געװאָלט אָפּהיטן די צאָל טראַפֿן בײַם אַריבערפֿירן ענגלישע װערטער און נעמען אױף ייִדיש — זײ האָבן אױך געמײנט, אַז „ױ“ קלינגט טאַקע נאָענט צום ענגלישן „er“, װאָס זײ האָבן געהערט בײַ זײערע נישט־ייִדישע שכנים אין ניו־יאָרק. די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך באַקענט מיט ענגליש־רעדערס, װאָס האָבן גע„װױקט“ (געאַרבעט) אױף „טױדי־טױד סטריט“ (33סטער גאַס), און גאָר אין גיכן האָבן די ייִדן אַלײן אָנגענומען (און מסתּמא אױך פֿאַרשטאַרקט) דעם אַקצענט.
אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָט אָבער דער ניו־יאָרקער דיאַלעקט ביסלעכװײַז אָנגעװױרן דעם „ױ“, צװישן די אַנדערע סטערעאָטיפּישע שטריכן פֿונעם דיאַלעקט, װאָס מע האָט בפֿירוש אָפּגעלאַכט פֿון זײ — למשל, אַרױסרעדן דעם ענגלישן „th“ װי [ט] אָדער [ד], אַרױסלאָזן דעם [ר] נאָך װאָקאַלן. די לינגװיסטקע קעראַ בעקער האָט אָנגעװיזן אין איר דיסערטאַציע (2010), אַז ייִדן האָבן פֿאַרלױרן דעם טראַדיציאָנעלן ניו־יאָרקער אַקצענט אַ סך גיכער װי אַנדערע עטנישע מינאָריטעטן. הײסט עס, די שפּראַך װאָס מע הערט בײַ ניו־יאָרקער ייִדן (בפֿרט בײַ ייִנגערע ייִדן אין מאַנהעטן) קלינגט הײַנט ענלעך צו דער ענגלישער כּלל־שפּראַך, װאָס מע הערט אין די אַנדערע גרױסע אַמעריקאַנער שטעט און אױף אַמעריקאַנער טעלעװיזיע. דער דיאַלעקט האָט פֿאַרלױרן זײַן אוניקאַלן ניו־יאָרקער טעם.
איצט קענען מיר פֿאַרשטײן אי די אַלטע טראַדיציע פֿון טראַנסקריבירן „er“ אױף „ויר“, אי די נײַע טענדענץ צו ניצן „ער“. סע װאָלט געפֿאָדערט אַ פּינקטלעכע פֿאָרשונג צו דערגײן, װען די ייִדישע ליטעראַטור און פּרעסע איז צום מערסטן טײל אַריבער אױף „ער“. מע קען אָבער זאָגן, אַז „ױר“ איז נישט דורכױס אַרױסגעגאַנגען פֿון באַניץ. אין 2009 זענען אַרױס אינעם „פֿאָרװערטס“ און אין דעם „אַלגעמײנעם זשורנאַל“ עטלעכע אַרטיקלען װעגן „בױרני“ מײדאָף, און אַפֿילו הײַנט שרײַבט מען אין די חסידישע װעבזײַטלעך װעגן „בױרני“ סענדערס. איך קען נישט פֿאָרױסזאָגן אַז דער „ױר“ װעט אַ מאָל אױפֿשטײן תּחית־המתים. איך האָף נאָר אַז מיר װעלן נישט אין גאַנצן פֿאַרגעסן װעגן דעם װאָקאַל, װײַל אױב מיר װעלן אים פֿאַרלירן, װעלן מיר אױך פֿאַרלירן אַ קאַפּיטל פֿון אונדזער געשיכטע אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.