ווען די ייִדיש־רעדנדיקע שארית־הפּליטה האָט נאָך דער מלחמה זיך באַזעצט אין אַמעריקע, ישׂראל און אייראָפּע, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי דערצויגן די קינדער אויף ייִדיש; צום גרויסן טייל — ווײַל דאָס האָבן זיי געקענט בעסער ווי די לאַנדשפּראַך.
במשך פֿון די יאָרן האָב איך געפֿרעגט אַ צאָל דערוואַקסענע קינדער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָסערע שפּראַך האָבן זיי קינדווײַז גערעדט אין דער היים. אַ טייל האָבן געזאָגט, אַז ווען די עלטערן (אָדער באָבע־זיידע און אַנדערע עלטערע קרובֿים) האָבן מיט זיי גערעדט אויף ייִדיש, האָבן זיי געענטפֿערט אויף ייִדיש, בעת אַנדערע האָבן געענטפֿערט די עלטערן אויף ענגליש.
איין זאַך האָב איך אָבער באַמערקט כּמעט בײַ אַלעמען: מיט די שוועסטער און ברידער איז מען מיט דער צײַט אַריבער אויף ענגליש.
דאָ רעדט זיך, אַוודאי, נישט וועגן די חסידישע משפּחות. עד־היום רעדן די שוועסטער און ברידער אין ס׳רובֿ חסידישע קרײַזן צווישן זיך ייִדיש, סײַ קינדווײַז, סײַ ווי דערוואַקסענע — צום גרויסן טייל, ווײַל ייִדיש איז נישט בלויז אַ היימשפּראַך, נאָר אויך דאָס לשון, וואָס מע הערט אין שול און אויף דער גאַס.
אָבער בײַ די משפּחות, וואָס האָבן דערצויגן די קינדער אין אַן ענגליש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, איז דאָס אויפֿהאַלטן ייִדיש צווישן שוועסטער און ברידער, אַ פּנים, געווען צו שווער. בעת אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם ייִדישן חורבן־שרײַבער ירחמיאל בריקס, געזאָגט, אַז לכתּחילה האָבן זי און איר שוועסטער, מרים, יאָ גערעדט ייִדיש צווישן זיך.
„דער טאַטע איז געווען זייער שטרענג, אַז מע זאָל רעדן בלויז ייִדיש אין דער היים. ווען ער האָט דערהערט, אַז מײַן שוועסטער און איך רעדן ענגליש האָט ער אויסגערופֿן: ׳ייִדיש! ייִדיש!׳ ערשטנס, איז דאָס געווען די איינציקע שפּראַך צווישן אים און דער מאַמען, ווײַל ער איז געווען אַ פּוילישער, און זי — אַ רומענישע. צווייטנס, האָט ער שטאַרק געוואָלט, אַז ייִדיש זאָל אים בלײַבן פֿריש אין קאָפּ בעת ער שרײַבט זײַנע ביכער. ער האָט מורא געהאַט, אַז אויב מיר גייען אַריבער אויף ענגליש, וועט ער אַליין אָנהייבן פֿאַרגעסן אַ סך ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן.‟
אָבער מיט דער צײַט זענען די צוויי שוועסטער סײַ־ווי אַריבער אויף ענגליש. „כ׳געדענק אַפֿילו נישט ווען דאָס איז געשען,‟ האָט בעלאַ באַמערקט. „מסתּמא ווען מיר האָבן אָנגעהויבן גיין אין שול. דעמאָלט האָבן מיר גערעדט ענגליש מיט די חבֿרטעס, האָבן מיר שוין מסתּמא געקלערט, אַז ייִדיש איז נישט קיין שפּראַך פֿון יונגע מענטשן.‟
עליע פּאַלעווסקי, דער זון פֿון די ווילנער פּאַרטיזאַנער שימקע און חיהלע פּאַלעווסקי, דערציילט אַן ענלעכע געשיכטע וועגן אים און זײַן ייִנגערן ברודער, משה: „די שפּראַך פֿון דער היים איז געווען ייִדיש, און ווי קליינע קינדער האָבן איך און משה טאַקע גערעדט ייִדיש. אונדזערע עלטערן האָבן זיך שטאַרק באַמיט, אַז מיר זאָלן זיך אַפֿילו שפּילן מיט אַנדערע קינדער אויף ייִדיש, דורכן פֿאַרבעטן משפּחות מיט ייִדיש־רעדנדיקע קינדער ווי, למשל, וולאַדקע און בען מיד, מיט זייערע קינדער, שלמהלע און חנהלע.‟ וולאַדקע און בען מיד זענען געווען פּאַרטיזאַנער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וואָס האָבן, ווי די פּאַלעווסקיס, געוווינט אין בראָנקס, נ״י.
אין אָנהייב האָבן די פּאַלעווסקי־ברידער טאַקע גערעדט ייִדיש, אָבער צו־ביסלעך זענען זיי אַריבער אויף ענגליש, בפֿרט אין די צענערלינג־יאָרן, האָט עליע געזאָגט.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס אַ באַקאַנטער פֿענאָמען אויך בײַ אַנדערע פֿעלקער. סאָציאָלינגוויסטן האָבן דורכגעפֿירט אַ צאָל שטודיעס וועגן די שוועריקייטן בײַם אויפֿהאַלטן אַ מינאָריטעט־שפּראַך צווישן שוועסטער און ברידער — בפֿרט בײַ אימגיראַנטישע משפּחות. אינעם בוך, Bilingualism in Schools and Society: Language, Identity, and Policy, שרײַבט די מחברטע סאַראַ שין, אַז די עלטסטע קינדער אין אימיגראַנטישע משפּחות קענען געוויינטלעך צום בעסטן די מינאָריטעט־שפּראַך, ווײַל דאָס איז כּמעט די איינציקע שפּראַך, וואָס מע האָט לכתּחילה גערעדט אין דער היים. אָבער נאָך דעם ווי עס ווערט געבוירן נאָך אַ קינד אין דער משפּחה, לערנט זיך דאָס ייִנגערע אויס ענגליש אַ סך פֿריִער ווײַל זײַן עלטערע שוועסטער אָדער ברודער ברענגט עס שוין אַהיים פֿון דער שול.
ד״ר שין ציטירט אַ שטודיע פֿון רוסיש־רענדיקע משפּחות אין אונגערן (אַלעקסאַנדער יאַראָווינסקי, 1995), וואָס האָט באַוויזן, אַז די ייִנגערע קינדער אין דער משפּחה האָבן ווייניקער גערעדט די מינאָריטעט־שפּראַך [רוסיש], ווײַל די עלטערע ברידער און שוועסטער האָבן אָפֿט אויסגעבעסערט זייערע גרײַזן; ווי אַ פּועל־יוצא האָבן די ייִנגערע קינדער אָנגעהויבן זיך שעמען מיט זייער שוואַכער קענטשאַפֿט פֿון רוסיש, און זענען אַריבער אויף דער לאַנדשפּראַך, אונגעריש. דאָס פֿירט אַוודאי צו אַ פֿאַרכּישופֿטער ראָד: די ייִנגערע הייבן אָן ווייניקער רעדן די היימשפּראַך צוליב זייערע גרײַזן, אָבער צוליב דעם וואָס זיי רעדן עס ווייניקער, ווערט זייער קענטשאַפֿט פֿון דער מינאָריטעט־שפּראַך נאָך שוואַכער.
עס זענען אָבער אויך דאָ אַנדערע פֿאַקטאָרן, וואָס שטערן אַ קינד צו רעדן אַ לשון, וואָס איז נישט די לאַנדשפּראַך: ערשטנס, איז נאַטירלעך, אַז קינדער (און דערוואַקסענע) ווילן זיך אַרײַנפּאַסן אין דער געזעלשאַפֿט, און ס׳קען זײַן אַז זיי זאָרגן זיך, וואָס אַנדערע וועלן זאָגן, אויב מע הערט ווי זיי רעדן אַ פֿרעמדע שפּראַך. צווייטנס, איז פּשוט גרינגער צו רעדן די לאַנדשפּראַך ווײַל מע הערט עס אומעטום, בעת ווען מע רעדט אַ מינאָריטעט־שפּראַך, דאַרף מען זיך באַמיִען צו געפֿינען געוויסע ווערטער, צי דורך זוכן אין ווערטערבוך, אָדער דורך פֿרעגן בײַ אַנדערע, וואָס קענען בעסער די שפּראַך.
די פֿון אונדז וואָס שאַנעווען די ייִדישע שפּראַך פֿאַרשטייען אָבער אַליין, אַז בלויז ווײַל ס׳איז מער „נאַטירלעך‟ פֿאַר קינדער צו רעדן צווישן זיך די לאַנדשפּראַך (אין דעם פֿאַל — ענגליש), ווי די היימשפּראַך (ייִדיש), הייסט נישט אַז מע דאַרף עס אָננעמען פֿאַר אַן אומפֿאַרמײַדלעכע זאַך. אַ צאָל יונגע משפּחות דערציִען הײַנט זייערע קינדער אויף ייִדיש, און ס׳קומט זיי אַ גרויסער יישר־כּוח. כאָטש אַ טייל פֿון זייערע קינדער וועלן זיך אפֿשר מיט דער צײַט בונטעווען קעגן רעדן ייִדיש מיט זייערע שוועסטער־ברידער, איז עס פֿאָרט גרינגער הײַנט ווי ס׳איז געווען אַ מאָל, אַ דאַנק דער סאָציאַלער מעדיאַ, דער פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדישע מוזיק־פֿאָרמעס ווי קלעזמער־מוזיק, און אַ געוויסע נטיה בײַם ייִנגערן דור צו וועלן זײַן אייגנאַרטיק, און נישט מורא האָבן צו זײַן אַנדערש.
הגם ס׳קלינגט איבעריק צו זאָגן, אַז מע דאַרף מוטיקן די עלטערן וואָס דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש, איז פֿאָרט כּדאי דאָס צו דערמאָנען, ווײַל אַ מאָל פֿאַרגעסן מיר וואָס פֿאַר אַ געוואַלדיקער אויפֿטו עס איז צו פֿירן אַ שטוב מיט קינדער אויף דער אייגענער פֿאָלקסשפּראַך.
און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן צו מוטיקן די קינדער אַליין. אַ דערוואַקסלינג פֿון 15—16 יאָר וועט מסתּמא אויסזען גלײַכגילטיק, ווען איינער פֿונעם עלטערן דור לויבט אים אָבער שטילערהייט וועט ער הנאה האָבן, אַז מע זאָגט אים אַ גוט וואָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.