בערך מיט פֿינף־און־צוואַנציק יאָר צוריק האָב איך זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט חנא שמערוקן. געווען איז עס אין אָקספֿאָרד, וווּ אין יענע יאָרן איז שמערוק געווען אַ גאַנץ אָפֿטער גאַסט. צו יענער צײַט איז דער דאָזיקער גרויסער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער געווען 70 יאָר אַלט, ער האָט מער ניט אָנגעפֿירט מיטן ייִדיש־אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. (הײַנט איז דער דאָזיקער אָפּטייל שוין ניטאָ.) איך בין דעמאָלט נאָר וואָס געקומען קיין ענגלאַנד פֿון מאָסקווע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר־אַרבעט. האָט מיך פּראָפֿעסאָר שמערוק געפֿרעגט וואָס פֿאַר אַ טעמע איך האָב געהאַט אין זינען. ווען ער האָט דערהערט, אַז די טעמע איז געווען פֿאַרבונדן מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער — וואָס האָט אַליין אַ סך אויפֿגעטאָן אין דעם געביט — אַ זאָג געטאָן: „דאָס איז איצט געוואָרן אַ גאַנגבאַרע סחורה‟.
האָב איך וועגן אָט די סאַרקאַסטישע ווערטער זיך דערמאָנט, פֿאָרנדיק צוריק פֿון דער וויכטיקער און געראָטענער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט און, דעם 3טן און 4טן אַפּריל, דורכגעפֿירט דער בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. די טעמע איז געווען: „נײַע ריכטונגען אין רוסיש־ייִדישע שטודיעס‟. מיט אַנדערע ווערטער, בלײַבט די דאָזיקע „סחורה‟ נאָך אַלץ זייער „גאַנגבאַר‟ און ציט צו פֿעיִקע געלערנטע, יונגע בתוכם. ס’רובֿ אָנטיילנעמער זײַנען געווען אַמעריקאַנער, אָבער אַקאַדעמישע קרײַזן פֿון עטלעכע אַנדערע לענדער זײַנען אויך געווען פֿאָרגעשטעלט: קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד און ישׂראל.
גערעדט האָט מען וועגן פֿאַרשיידענע זאַכן, אָבער איך וויל באַטאָנען איין אויספֿיר, וועלכער האָט בײַ קיינעם, דאַכט זיך, קיין ספֿקות ניט אַרויסגערופֿן, דהײַנו: ייִדן זײַנען געווען די סאַמע הצלחהדיקע עטנישע גרופּע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַפֿילו אין די יאָרצענדליקער נאָכן חורבן, ווען ייִדן האָט מען כּמעט אין גאַנצן ניט צוגעלאָזט צו די סאַמע „פֿעטע‟ באַשעפֿטיקונגען אין דער פּאַרטיי, רעגירונג, און אַ צאָל אַנדערע געביטן, האָבן ייִדן דורכשניטלעך געלעבט בעסער פֿון ניט־ייִדן.
דער דאָזיקער אויספֿיר (וואָס איז גאָר ניט קיין נאָווינע פֿאַר מענטשן פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט), קען אַרויסרופֿן אַ לאָגישע פֿראַגע: טאָ פֿאַר וואָס זשע זײַנען זיי געלאָפֿן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד? בפֿרט נאָך אַז אַלעמען איז באַקאַנט, וויפֿל ענערגיע און געלט האָבן אַמעריקאַנער און אַנדערע ייִדן אַרײַנגעלייגט אין „ראַטעווען‟ די הונדערטער טויזנטער סאָוועטישע ברידער און שוועסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.