דורך די יאָרן איז ייִדיש געשטעלט געוואָרן נישט פֿאַר דער פּמליא של מעלה, פֿאַר אַ הימלישן געריכט, נאָר פֿאַר אַ פֿאָלקס בית־דין, ווו מ׳האָט מאַמע־לשון באַשולדיקט אין אַלערליי פּגימות, מ׳האָט זי גערופֿן די דינסט־מויד אָדער משרת בײַ דער יחסנטע, לשון־קודש.
דאָס אָפּגעשטאַנענע פֿאָלק האָט זי באַשולדיקט אין אַ דײַטשן דיאַלעקט, אין אַ מיש־מאַש פֿון אַ שפּראַך וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין גראַמאַטיק, ביז מ׳האָט זיך גענומען שעמען דערמיט, ווי איך האָב עס ערשט געהערט פֿון אַ ייִד וואָס האָט זיך באַרימט מיט זײַן קענטשאַפֿט פֿון סוואַהילי, און בפֿירוש זיך מודה געווען אַז ער שעמט זיך אויסצוזאָגן, אַז ער איז אַ ייִד און דער עיקר — אַז ער שעמט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך.
היתכן, די לעצטע באַשולדיקונג איז געקומען פֿון מײַנער אַ סטודענטקע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וועלכע האָט זיך געלערנט בײַ מיר אַ קימא־לן פֿון אַ פּאָר יאָר צוריק. האָב איך זי באַגעגנט יענע וואָך, און דווקא אין דער בראָנקס, און טאַקע אין דער אַמאָליקער שלום־עליכם שול 21, וווּ איך בין אַמאָל געווען די קינדערגאָרטן־לערערין.
די וואָך איז געווען אַ סענסאַציאָנעלע וואָך אין ש״ע שול 21: מײַן אבֿרהמל (אַבֿי) האָט געשטעלט דאָרט מײַן ערשטע פּיעסע, „אַ מאַנגער ראַנדעוווּ‟. דער זאַל איז געווען געפּאַקט סײַ מיט מײַנע אַמאָליקע תּלמידים אין קינדער־גאָרטן וועלכע זײַנען שוין הײַנט פּראָפֿעסאָרן און דאָקטוירים, אַדווקאַטן און פּסיכאָ־אַנאַליטיקער. די שעכטער משפּחה, אַרײַנגערעכנט דעם באַגאַבטן מוזיקער בנימין שעכטער, די פֿײַנע ייִדישע פּאָעטעסע גיטל שעכטער, און שרה־רחל שעכטער, די הײַנטיקע שעף־רעדאַקטאָרין פֿון ייִדישן „פֿאָרווערטס‟.
אין יענע יאָרן, ווען איך האָב געפֿירט דעם קינדערגאָרטן קלאַס האָבן זיך די שעכטער קינדער געלערנט מיט דער לערערין בלומע לעדערהענדלער און אויך מיטן אויסגעצײכנטן לערער און דירעקטאָר פֿון אונדזער שול, משה גאָלדשטיין. געפֿעלט דאָס מאָל בײַ דער פֿאָרשטעלונג איז ד״ר איציק גאָטעסמאַן, וועלכער איז צו פֿינף אויך געווען, צוזאַמען מיט דודל פֿישמאַן — הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר — און מײַן אבֿרהמלען אין מײַן קינדערגאָרטן־קלאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.