ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 06, 2016, issue of April 29, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נײַע ספֿרדישע שיל אין קאָטעלניקי

לעבן מאָסקווע, אין קאָטעלניקי, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע שיל פֿון ספֿרדישן נוסח, „בית ספֿרדי‟. דאָס איז אַ גאַנצער רעליגיעזער צענטער: אַחוץ דער שיל, זענען דאָ קלאַסן, זאַלן און אַ קאַפֿעטעריע. געשטיצט דאָס שאַפֿן פֿונעם צענטער האָט דער פּרעזידענט פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון באַרג־ייִדן‟, גערמאַן זאַכאַריאַיעוו. אויף דער צערעמאָניע זענען געקומען עטלעכע אָנגעזעענע רבנים, בתוכם דער הויפּט־רב פֿון מאָסקווער ליטוואַקישער קהילה ר׳ פּנחס גאָלדשמיט.

מע גרייט צו אָראַטאָריע לכּבֿוד 25 יאָר באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל

אין מאָסקווע גרייט מען צו אַ גאָר אומגעוויינטלעכע פּרעמיערע — לכּבוד 25 יאָר זינט מע האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און מדינת־ישׂראל, וועט אין מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע און אין מאָסקווער פֿילהאַרמאָניע אויסגעפֿילט ווערן אַן אָראַטאָריע „עקסאָדוס טריאַדע‟, געשריבן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יורי שערלינג. די אָראַטאָריע איז געשאַפֿן פֿאַר אַ כאָר, אַ פֿאָרלייענער, אַ טענאָר, אַ סאָפּראַן און אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער. זי איז אַ פּרוּוו צו באַזיניקן די ייִדישע געשיכטכע דורך דעם מעטאַפֿאָר פֿון יציאת־מצרים; דערפֿאַר הייסט די אָראַטאָריע „עקסאָדוס‟. אויף דער בינע — פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן און תּקופות פֿון דער ייִדישער געשיכטע, פֿון קנעכטשאַפֿט אין מצרים ביזן חורבן. די ליברעטאָ האָט אָנגעשריבן דער דירעקטאָר פֿון פֿאָרש־צענטער בײַם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי — אורי הערשאָוויטש. 
די אָראַטאָריע וועט אויסגעפֿילט ווערן אין מאָסקווע פֿונעם מלוכישן אַקאַדעמישן אָרקעסטער און מאָסקווער אַקאַדעמישן קאַמער־כאָר, און נאָך דעם וועט זי פֿאָרגעשטעלט ווערן אין אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.

מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟ שליסט זיך אָן אין „אונעסקאָ‟

אַ גאָר אומדערוואַרטע ידיעה: דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער „שלום‟ איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער-אינסטיטוט בײַ „אונעסקאָ‟. פֿאַרן מאָסקווער ייִׅדישן טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ גאָר נידעריקן עסטעטישן ניוואָ, איז דאָס זייער אַ וויכטיקע דערגרייכונג.

נײַ בוך וועגן פּאָגראַמען אין רוסלאַנד, 1881—1921

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט: דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך אין דער סעריע „ייִדישע געשיכטע‟. דאָס איז אַ זאַמלונג אַרטיקלען וועגן פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, 1881—1921. דאָס זאַמלבוך האָבן צונויפֿגעשטעלט דזש. קליער און ש. לאַמבראָזאַ. עס ווערן אַנאַליזירט מיטאָסן וואָס זענען שייך די פּאָגראָמען, און די השפּעה, וואָס פּאָגראָמען האָבן געהאַט אויף דער ייִדישער געשיכטע.