ייִדישע פֿרױען אין װירטשאַפֿט פֿון אַמאָליקן װײַסרוסלאַנד

Jewish Women in the Economy of Old Belarus

אַ היפּשע צאָל פֿרױען האָבן געהאַלטן קרעטשמעס, װוּ זײ האָבן פֿאַרקױפֿט מעד, ביר, װײַן און בראָנפֿן. אויבן: אַ רוסישער לובאָק (שטעמפּל־גראַווירונג) פֿון אַ ייִדישער קרעטשמע אין אוקראַיִנע, 1868
אַ היפּשע צאָל פֿרױען האָבן געהאַלטן קרעטשמעס, װוּ זײ האָבן פֿאַרקױפֿט מעד, ביר, װײַן און בראָנפֿן. אויבן: אַ רוסישער לובאָק (שטעמפּל־גראַווירונג) פֿון אַ ייִדישער קרעטשמע אין אוקראַיִנע, 1868

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 08, 2016, issue of April 29, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ספּעציעל חשובֿ פֿאַר ייִדן איז געװען מעד, װײַל ער איז ביליק און כּשר לפּסח להיפּוך צו בראָנפֿן און ביר. די קלײנע מעד־פֿאַבריקלעך האָבן צומאָל פֿאַרמאָגט בײַ זיך אױך אַ קרעטשמע, אַ קראָם און אַ פּאָר גאַסט־צומער. דאָס איז געװען אַ גאַנצער קאָמפּלעקס פֿאַר באַדינען אָרטיקע תּושבֿים און פֿאַרפֿאָרנדיקע געסט. אַן אַנדער פּאָפּולערער כּשר־לפּסח געטראַנק איז געװען װײַן פֿון ראָזשינקעס, װאָס איז געװען „אַן ערנסטער קאָנקורענט פֿאַר אַנדערע מינים װײַן אין דער רוסישער אימפּעריע”, בפֿרט אַז ער איז געװען ביליקער און מער צוטריטלעך.

די קרעטשמעס, װאָס ייִדישע פֿרױען האָבן געהאַלטן אין װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך, האָבן ניט נאָר דער געבראַכט אַ רװח דער רוסישער מלוכה אָבער אױך אַ כאַבאַר דער אָרטיקער פּאָליצײ. דערפֿאַר האָט די אָרטיקע מאַכט גערן געגעבן דערלױבענישן אױף צו עפֿענען נײַע שענקען, קרעטשמעס און רעסטאָראַנען, װוּ מען האָט דערלאַנגט כּלערלײ משקאות. אָבער ניט אַלע תּושׂבֿים זײַנען געװען צופֿרידן מיט אַזאַ מין שכנים. די טענות פֿלעגן קומען אי פֿון ייִדן אי פֿון קריסטן. װען אַ ייִדישער שכן האָט זיך געקלאָגט אױף ליאַרעם און שיכּורים, האָט די פּאָליצײ אָפֿטמאָל ניט רעאַגירט. אָבער װען אַ טענה איז געקומען פֿון העכערע פֿענצטער, האָט מאָן געדאַרפֿט אָננעמען געװיסע מיטלען. אַזױ למשל האָט דער סלוצקער ביסקופּ געװען ניט צופֿרידן מיט אַ בירששענק, װאָס אַ ייִדישע פֿרױ האָט געעפֿנט אױפֿן װעג צום קלױסטער און דערצו נאָך גלײַך האַרט בײַם דענקמאָל דעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צװײטן. ער האָט געשריבן׃ „װען מען גײט קײן קלױסטער אין אַ שלעכטן װעטער, קומט מען אַלע מאָל אַרײַן אין דער בירשענק זיך צו װאַרעמען און אָפּרוען.” אַזעלכע טענות מיטן רעליגיעז־פּאָליטישן בײַטעם האָט די מאַכט טאַקע געמוזט נעמען אין אַכט ערנסט.

משקה איז געװען װײַט ניט די אײנציקע סחורה, מיט װעלכער עס האָבן געהאַנדלט ייִדישע פֿרױען. זײ האָבן אױך געדרוקט און פֿאַרקױפֿט ביכער. אָפֿטמאָל האָבן פֿרױען באַקומען דרוקערײַען װי אַ ירושה נאָך זײערע פֿאָטערס, װען זײ האָבן שױן געקענט די מלאכה גאַנץ גוט. זײערע בקשות צו דער פּראָװינץ־אַדמיניסטראַציע פֿאַרמאָגן אַ סך פּרטים װעגן זײערע משפּחות און געשעפֿטן. עס איז אינטערעסאַנט, װאָס אַפֿילו אַ קלײנע דרוקערײַ אין בריסק האָט געהאַט אַ ספּעציעלן פּאָליציאַנט, װאָס האָט געהאַלטן אַן אױג, מען זאָל, חלילה, ניט דרוקן קײן „געפֿערלעכע” פּאָליטישע ליטעראַטור. אַזױ אַרום װאַרפֿן די היסטאָרישע פֿאָרשונגען אַ נײַעם ליכט אױף דעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון ייִדן אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע.

נײַע אַרכיװאַלע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן רײַכע פּרטים װעגן דעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון ייִדן אין די מערבֿדיקע פּראָװינצן פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע.