(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4007)
נישט לאַנג צוריק, אין מאַרץ 2016, האָבן צוויי היפּוכדיקע אַרטיקלען וועגן ייִדן אין פֿאַרגלײַך מיט די מוסולמענער זיך פֿאַרשפּרייט אין דער פּרעסע. לויט דעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ זענען צווישן דער ייִדישער און אַראַבישער באַפֿעלקערונג אין ארץ־ישׂראל פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי טיפֿע סאָציאַלע און פּאָליטישע חילוקים. להיפּוך, האָט אַן אַנדער אַמעריקאַנער סטאַטיסטישע פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע, „דער אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלער פּאָליטיק און פֿאַרשטאַנד‟ (ISPU) אויסגעפֿונען, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן שטיצן ס׳רובֿ ייִדן און מוסולמענער די זעלבע פּראָ־דעמאָקראַטישע פּאָזיציעס און די זעלבע ווערטן, הגם די מוסולמענער זענען אין דעם געביט נאָענטער צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטן.
אַזוי צי אַזוי, שאַפֿט זיך אין דער פּאָפּולערער מערבֿדיקער פּרעסע דער אײַנדרוק, אַז די צוויי רעליגיעזע גרופּעס זענען פֿונדאַמענטאַל פֿרעמד און פֿון קדמונים שאַרף אָפּגעזונדערט איינע פֿון דער צווייטער. ווען עס באַווײַזן זיך פֿאָרשונגען וועגן ענלעכקייטן צווישן ייִדן און מוסולמענער, קלינגען זיי ווי אַ סענסאַנציאָנעלער חידוש.
נישט זעלטן, האָבן די פּרעסע־באַהאַנדלונגען אויף דער דאָזיקער טעמע אַ בפֿירושן ראַסיסטישן טעם. אַפֿילו ווען עס גייט אַ רייד וועגן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן די צוויי רעליגיעס, שאַפֿן די זשורנאַליסטן צומאָל דעם זעלבן צווייפֿלהאַפֿטיקן אײַנדרוק, ווי אַרטיקלען וועגן אַ הונט, וואָס חבֿרט זיך מיט אַ קאַץ.
אינעם שטראָם פֿון די פּאָפּולערע פּרעסע־באַריכטן ווערן כּמעט קיינמאָל נישט דערמאָנט די נאָענטע היסטאָרישע באַציִונגען צווישן די צוויי רעליגיעזע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די אָפֿטע חתונות צווישן ייִדן און אַראַבער, וואָס האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם עצם־אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַדרבה, די פֿריִיִקע מחלוקתן צווישן די גרופּעס קלינגען ווי משפּחה־פּראָבלעמען מיטן שלום־בית.
אינעם 17טן יאָרהונדערט, האָט רבי יוסף סמברי (סאַמבאַרי), אַ פּראָמינענטער עגיפּטישער רבֿ, פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ספֿר „דבֿרי יוסף‟, וווּ עס ווערט כּסדר באַהאַנדלט די איסלאַמישע געשיכטע. דער מחבר האָט זיך באַצויגן אַמביוואַלענט צו איסלאַם און געמיינט, אַז ס׳איז אַ מין טשיקאַווע אַראַבישע ווערסיע פֿון ייִדישקייט. זײַן עיקר־טענה איז דער פֿאַרווער פֿון אַלקאָהאָל צווישן די מוסולמענער, וואָס סמברי באַטראַכט ווי אַ נאַרישקייט.
אַזוי צי אַזוי, דערמאָנט דער דאָזיקער רבֿ אַן אַלטע מסורה, לויט וועלכער צוויי מענטשן, וועלכע האָט געשאַפֿן די חילוקי־דעות צווישן די סוניטן און שיִיִטן, זענען ביידע געווען פֿרומע ייִדן, וועלכע האָבן, צוליב פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע סיבות, זיך משדך געווען מיט דער משפּחה פֿונעם מוסולעמענישן נבֿיא, מחמד אָדער מוחמד. אַזוי ווערט זײַן נאָמען אויסגעלייגט, „פֿאַרהיימישט‟, אין פֿאַרשיידענע ספֿרדישע ספֿרים אויף לשון־קודש.
רבי יוסף סמברי גיט איבער, אַז מוחמדס שווער, אַבו־באַקר, דער ערשטער כאַליף פֿון דער מוסולמענישער וועלט, איז געווען אַ ייִדישער חכם און אַ זון פֿונעם ריש־גלותא, דעם ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּערסיע. כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די נײַע רעליגיע ברענגט נישט קיין צרות פֿאַר די ייִדן און כּדי פּטור צו ווערן פֿון אַנטיסעמעטיזם צווישן די ערשטע מוסולמענער, האָט ער געלאָזט זײַן טאָכטער, אַיִשאַ, חתונה האָבן מיט מוחמד.
אַבו־באַקר ווערט אָבער זעלטן דערמאָנט אין די ייִדישע קוואַלן, אין פֿאַרגלײַך מיט מוחמדס איידעם, עלי (אַלי), וועלכער האָט געדינט ווי אַ שדכן צווישן בוסתּנאַי, אַן אַנדער ריש־גלותא, און דער פּערסישער פּרינצעסין דאַראַ. ווי עס ווערט דערקלערט אין אַ באַקאַנטער ייִדישער מעשׂה, האָט בוסתּנאַי צוערשט געטענהט, אַז כּדי חתונה צו האָבן מיט דער בת־מלך, מוז ער זי קודם טובֿלען לשם־גירות. דער פּערסישער קיניג יעזדעגערד דער דריטער האָט אים געגעבן דעם רשות זי מגייר צו זײַן. דאַראַס שוועסטער שאַהרבאַנו האָט עלי, לויט דער באַקאַנטער שיִיִטישער לעגענדע, משדך געווען מיט זײַן אייגענעם ייִנגערן זון, כוסיין.
סמברי דערמאָנט איז זײַן ספֿר, אַז עלי איז אַליין געווען אַ גרויסער ייִדישער תּלמיד־חכם. לויט דער קריסטלעכער מוסולמענישער מסורה, איז עליס באָבע פֿון מאַמעס צד, זאַהנאַ, געווען אַ טאָכטער פֿון בוסתּנאַיס אַ קרובֿ, מר זוטרא בר מר זוטרא, אַן אַנדער מנהיג פֿון די פּערסישע ייִדן.
אַ טייל היסטאָריקער גלייבן, אַז מוחמדס ערשטע באַליבטע פֿרוי, כאַדידזשיאַ, האָט געשטאַמט פֿון די אבֿיונים — אַ ייִדישע משיחיסטישע סעקטע, וועלכע איז אויפֿגעקומען אינעם 1טן יאָרהונדערט, געשאַפֿן קאָמונעס, אַ מין אוראַלטע קיבוצים, און געגלייבט, אַז יעזוס איז געווען אַ נבֿיא און וועט קומען צוריק ווי מלך־המשיח, אָבער האָבן אָפּגעלייקנט די הויפּטשטראָמיקע קריסטלעכע רעליגיע. מע איז זיך משער, אַז די דאָזיקע סעקטע איז געווען פֿאַרבונדן מיט די מחברים פֿון די מגילות־ים־המלח, ווײַל זיי שילדערן זיך אַליין מיטן זעלביקן נאָמען, „עצת אבֿיונים‟. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז מוחמדס טאָכטער פֿאַטימאַ, מיט וועלכער עלי האָט חתונה געהאַט, איז געווען על־פּי־הלכה אַ ייִדישע פֿרוי.
עליס נאָכפֿאָלגער האָבן געגלייבט, אַז אַבו־באַקר איז נישט געווען אַ טויגלעכער פֿירער און די אַנדערע שפּעטערדיקע מוסולמענישע כאַליפֿן זענען געווען בפֿירושע רשעים. אַזוי איז אויפֿגעקומען שיִיִטיזם. להיפּוך צו דעם מערבֿדיקן סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די מוסולמענער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מאָנאָליטישע מחנה, שיידן זיך אונטער די סוניטן און שיִיִטן נישט ווייניקער, ווי די קאַטוילן פֿון די פּראָטעסטאַנטן. דער באַקאַנטער ירושלימער פּראָפֿעסאָר מאיר־יעקבֿ קיסטער (1914-2010) האָט געפֿונען גאָר חידושדיקע שיִיִטישע מסורות, לויט וועלכע דער איסלאַנישער נבֿיא אַליין האָט אָנגעזאָגט זײַן טאָכטער, איידעם און זייערע זין צו פֿאָלגן די ייִדישע הלכה. אַ טייל שיִיִטן שטאָלצירן, אַז עלי האָט געשטאַמט פֿון דוד המלך און האָט אין זיך פֿאַראייניקט ביידע צווײַגן פֿון אַבֿרהם־אָבֿינוס משפּחה, יצחק און ישמעאל.
וואָס שייך מוחמד אַליין, האָבן די קריסטלעכע קעגנער פֿון איסלאַם כּסדר געטענהט אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה, אַז ער האָט געשטאַמט פֿון ייִדן און האָט געגרינדעט זײַן רעליגיע ווי אַ ווידערגעבורט פֿון פּאָליטיש־אַקטיווער ייִדישקייט, נוסח בר־כּוכבא. די דאָזיקע קלאַנגען ווערן פֿון צײַט צו צײַט דיסקוטירט אויף פֿאַרשיידענע מוסולמענישע וועבזײַטן און מעדיאַ־קוואַלן. קיין ממשותדיקע היסטאָרישע קוואַל לטובֿת דער דאָזיקער טעאָריע זענען אָבער נישטאָ.
אין די ווערק פֿונעם ספֿרדישן מקובל רבי אַבֿרהם בן אליעזר הלוי ווערט דערמאָנט, אַז מוחמד האָט זיך פֿרײַנדלעך באַצויגן צו ייִדן און אַז זײַן איידעם איז געווען אַ ידיד פֿונעם געוויסן פּערסישן תּלמיד־חכם, רבי יצחק. זײַענדיק צווישן די פֿאַרטריבענע ייִדן בעת דעם גירוש־ספֿרד, האָט רבי אַבֿרהם הלוי פֿײַנט געהאַט די גאַנצע קריסטלעכע ציוויליזאַציע מיט אַ טויט־שׂינאה און האָט בפֿירוש געשטיצט די סאַמע מיליטאַנטישע שטראָמען פֿון איסלאַם, האָפֿנדיק, אַז זיי וועלן אָנלערנען די רוימישע קאַטוילן אַ לימוד און צוגרייטן דעם וועג צו משיחס צײַטן. אינעם הײַנטיקן פּאָליטישן קלימאַט קלינגט דער דאָזיקער רבֿ קאָנטראָוועסאַל און אויסטערליש. די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז מיט זײַנע קבלה־געדאַנקען האָט רבי אַבֿרהם הלוי ממשותדיק משפּיע געווען אויף די שבתי־צבֿיניקעס.
אין מײַנע פֿאָריקע אַרטיקלען, האָב איך דערמאָנט אַן אַנדער אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿונעם מאַסן־גירות אויפֿן אַראַבישן האַלב־אינדזל פֿאַר דער איסלאַמישער תּקופֿה. צוליב דעם, זענען די גרענעצן צווישן ייִדישע און אַראַבישע משפּחות געווען צומאָל צעשווענקט אין דער פֿריִיִקער מיטל־עלטער. אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי צו באַטראַכטן די דאָזיקע טשיקאַווע און באַלערנדיקע פֿאַרבינדונגען, אַנשטאָט צו באַטראַכטן דעם הײַנטיקן ייִדישן און מוסולמענישן ציבור ווי מעכאַנישע ציפֿערן.
די קריטיקער פֿונעם אינסטיטוט „פּיו‟ און אַנדערע סטאַטיסטישע פֿירמעס באַמערקן, אַז די טרוקענע חשבונות נעמען נישט אין באַטראַכט די דינאַמיק פֿונעם לעבעדיקן קהילה־לעבן. עס קאָן זײַן, אַז צווישן ייִדן און מוסולמענער וועלן זיך ווידער שאַפֿן גוטע און פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, הגם די טעמע פֿון אינטימע באַציִונגען צווישן זיי וועט, מסתּמא, בלײַבן אַ קאָנטראָווערסאַלע טעמע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.