אַמאָל געווען אַ פּאָפּולערע פֿאַך בײַ ייִדן

Once A Popular Career For Jews


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 10, 2016, issue of April 29, 2016.

אין יאָר 1969, ווען איך האָב פֿאַרענדיקט די סאָוועטישע מיטלשול („הײַ־סקול‟, לויט דער אַמעריקאַנער טערמינאָלאָגיע), בין איך אַוועק זיך לערנען אויף אַ ספּעציאַליסט אין עלעקטראָניק, און אין אָט דעם פֿאַך האָב איך דערנאָך אָפּגעאַרבעט ביז 1988. אין יענעם יאָר האָב איך איבערגעריסן מײַן גוט־באַצאָלטע אַרבעט און בין אַריבער אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, געוואָרן אַ „ייִד לויטן פֿאַך‟. אַלע ייִדישע חבֿרים פֿון מײַן יונגט זײַנען געווען אין פֿאַרשיידענע אינזשענירישע פֿאַכן — עלעקטראָנישע, עלעקטרישע, מאַשין־קאָנסטרוקטערישע, בויערישע, מעטאַלורגישע און, פֿאַרשטייט זיך, קאָמפּיוטערישע.

אַזוי האָט זיך דעמאָלט געפֿירט צווישן די ייִדן: מע האָט געוואָלט האָבן אַ „פֿעסטע‟ באַשעפֿטיקונג, ניט קיין לופֿט־מענטשלעכע. עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וועלכע עס האָט געצויגן צום האַנדל, צום געשעפֿט, אָבער אויף זיי האָט מען געקוקט, לכל־הפּחות אין מײַן סבֿיבֿה, פֿון אויבן אַראָפּ. מע האָט ניט געהאַלטן פֿון די „קליינשטעטלדיקע‟ באַשעפֿטיקונגען. דער עולם איז געווען צו „פּראָסט‟, ניט אינטעליגענט.

איך געדענק, ווי אין מאָסקווע האָט איך (כ’געדענק שוין ניט ווי אַזוי) זיך באַקענט מיט אַ גליד־שוועסטערקינד מײַנעם, וואָס האָט געאַרבעט אין עפּעס אַ קראָם. איין מאָל האָבן מיר זיך געטראָפֿן — ער און זײַן ווײַב זײַנען געקומען צו אונדז צו גאַסט, אָבער דערמיט האָט זיך אונדזער באַקאַנטשאַפֿט פֿאַרענדיקט. מיר — און, אַ פּנים, זיי — האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז מיר האָבן גאָנישט בשותּפֿות.

מע האָט געזען אַרום זיך, אַז אין דער אינדוסטריע זײַנען געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן מער וועגן אָפֿן פֿאַר אַ ייִדן, אַ מאַנצביל צי אַ פֿרוי, וואָס האָט געהאַט אַ גוטן קאָפּ אויף די פּלייצעס. ווי אַ סימבאָל פֿון הצלחה האָט געדינט בנימין דימשיץ, דער איינציקער ייִד אין די סאַמע הויכע סאָוועטישע פֿענצטער. אין די יאָרן 1962—1985 איז דימשיץ, וואָס האָט געמאַכט זײַן קאַריערע אין דער בוי־אינדוסטריע, געווען איינער פֿון די וויצע־פּרעמיער־מיניסטערס. אַגבֿ, די אַרכיוון ווײַזן, אַז ער האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין ייִדישע ענינים.

מע דאַרף זאָגן, אַז ס’איז געווען באמת ניט שלעכט צו זײַן אַ קוואַליפֿיצירטער אינזשעניר. כּלערליי אינסטיטוציעס און אונטערנעמונגען האָבן זיך גענייטיקט אין אַזעלכע מענטשן. מיר האָט מײַן פֿאַך שטאַרק געהאָלפֿן, בפֿרט אין די „רעפֿוזניק‟־יאָרן מײַנע. איך בין געווען ניט קיין מענטשן פֿון דעם אידעאָלאָגישן פֿראָנט — ניט קיין לערער, ניט קיין זשורנאַליסט, ניט קיין היסטאָריקער, און אַ דאַנק דעם האָב איך געקענט זיך אײַנהאַלטן אויף מײַן אַרבעט אַפֿילו נאָך אָנגעבן פּאַפּירן אויף אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד.

איך זע אויך, ווי גוט — ניט גלײַך, אָבער סוף־כּל־סוף — האָבן ס’רובֿ פֿרײַנד מײַנע זיך אײַנגעאָרדנט, אַ שטייגער, אין ישׂראל. זייערע אינזשענירישע קענטענישן זײַנען דאָרטן צוניץ געקומען. און אין אַמעריקע קען איך אַ היפּשע צאָל מענטשן, וואָס האָבן געפֿונען אַרבעט לויט, אָדער כּמעט לויט, זייער פֿאַך. אייניקע זײַנען מײַנע געוועזענע קאָלעגן. צו מאָל פֿילן די מענטשן, אַז זיי איז ענג אין ישׂראל. איך קען אַזעלכע, וואָס זײַנען שוין לאַנג ישׂראלים, אָבער אַרבעטן אין „דער אַלטער היים‟, דער עיקר — אין מאָסקווע, פֿירן דאָרטן אָן מיט גרויסע בוי־פּראָיעקטן.

אַ דערפֿאָלג זעט מען אויף שריט און טריט בײַ די מענטשן מיט אַן אינזשענירישער בילדונג פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס’רובֿ הײַנטיקע ביליאָנערן זײַנען אַ מאָל געווען אינזשענירן. למשל, לעאָניד מיכעלסאָן, וואָס איז הײַנט דער רײַכסטער מענטש אין רוסלאַנד, איז לויט זײַן פֿאַך אַ בויער־אינזשעניר, און אַ זון פֿון אַ הויכגעשטעלטן בויער־אינזשעניר (די מוטער פֿון לעאָניד מיכעלסאָן איז אַ רוסישע). מיכאַיִל פֿרידמאַן, וואָס איז נאָר אַ קאַפּעלע „אָרעמער‟ פֿון מיגעלסאָנען, איז אויך אַן אינזשעניר פֿון אַן אינזשענירישער משפּחה. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ באַקאַנטער קאָנסטרוקטאָר אין דער אַוויאַציע־אינדוסטריע.

וועגן דעם אינזשענירישן פֿענאָמען איז זייער ווייניק אָנגעשריבן. עס בלײַבט ניט אין גאַנצן קלאָר, וואָס זענען די גורמים דערפֿאַר, ווי אויך אַנדערע פֿראַגעס: וואָס איז געווען דער פּרעסטיזש בכלל פֿון אַזעלכע פּראָפֿעסיעס אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט? זענען דאָס געווען די בעסטע מעגלעכקייטן פֿאַר ייִדן, בפֿרט ווען מע האָט זיי גענומען אַרויסשטופּן פֿון אַנדערע פּראָפֿעסיאָנעלע און סאָציאַלע סעקטאָרן? בלי־ספֿק, האָבן ביידע זאַכן באַשטימט דעם אויסקלײַב פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע דרכים. אָבער דעם פּראָצעס גופֿא וועלן די היסטאָריקער נאָך מוזן פֿאָרשן.

איך האָב געפּרווּוּט אויסזוכן עפּעס אַ סטאַטיסטיק, וועלכע זאָל ווײַזן צו וועלכע פֿאַכן שטרעבן הײַנטיקע יונגע ייִדן, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין מײַנע קלאַסן זע איך אין גאַנצן ניט קיין קומענדיקע אינזשענירן. עס קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אַלע ייִדן ווילן ווערן דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן, פּסיכאָלאָגן, פֿינאָנציסטן צי קינאָ־רעזשיסאָרן. אָבער דאָס זײַנען בלויז אין מײַנע קלאָסן, און איך וויל ניט פֿאַרטײַטשן עס ווי אַ באַווײַז פֿון דעם אַלגעמיינען בילד. צוריק גערעדט, ווײַזט מײַן דערפֿאַרונג, אַז עפּעס קומט טאַקע פֿאָר אין דער יונגער אַמעריקער ייִדישער סבֿיבֿה, ווײַל בײַ אַ סך אַזעלכע סטודענטן זײַנען די עלטערן געווען אויסגעשולט ווי סאָוועטישע אינזשענירן.