(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בײַם ערשטן ליד אויפֿן קאָמפּאַקטל, מאַנגערס „קינדער־יאָרן”, באַקענט מען זיך מיט לעווינס געזאַנגסטיל — אַ טעאַטראַלישער מיטן טראָפּ אויף די ווערטער. אַפֿילו אין די היים־רעקאָרדירונגען, ווען ער פֿלעג בלויז זינגען פֿאַר זיך אַליין, אָדער צוויי, דרײַ מענטשן, האָט לעווין אַרײַנגעלייגט אַ סך האַרץ אין יעדער פֿאָרשטעלונג, ווי מע הערט אין לייוויקס ליד „שלאָף, שלאָף שלאָף”, צו זײַן מעלאָדיע.
שלאָף, שלאָף, שלאָף
דער פּאַסטעך פֿאַריאָגט האָט זײַן שאָף,
דער פֿאָטער פֿאַרלאָזט האָט זײַן קינד,
געלאָזט אין דער פֿרעמד אויפֿן ווינט.
בוקעווינער ייִדן האָבן אַלע געקענט די לידער פֿונעם באַסאַראַבער פֿאָלקס־קאָמפּאָזיטאָר זעליק באַרדיטשעווער (1903—1937). אָבער לעווינס וויכטיקע ראָלע אין דער פּובליקאַציע און צעשפּרייטונג פֿון די לידער, איז אַ נײַעס. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז לעווין האָט די לידער זיך אויסגעלערנט פֿון באַרדיטשעווערן און זיי פֿאָרגעזונגען פֿאַר הערש סגל אין טשערנאָוויץ. סגל האָט זיי אין גיכן אַרויסגעגעבן אין טשערנעוויץ. אויף דער רעקאָרדירונג זינגט לעווין באַרדיטשעווערס „עלע בעלע”.
נישט אַלע פֿון לעווינס שאַפֿונגען קען מען הערן אויף „וועמען וועסטו זינגען, וועמען?” און ס׳איז אַ שאָד וואָס מע האָט נישט אויך אַרײַנגענומען אַ דיסקאָגראַפֿיע פֿון די שוין רעקאָרדירטע לידער זײַנע. מײַן באַליבסטע קאָמפּאָזיציע, צו משה־לייב האַלפּערנס ליד „אַז דו וועסט באַצאָלן ברידער” (קאַפּיטל 11 אין האַלפּערנס פּאָעמע „די נאַכט”) איז נישט אַרויף אויף דער רעקאָרדירונג און איך וואָלט זייער געוואָלט הערן ווי דער שאַפֿער אַליין זינגט דאָס. הײַנט זינגט מען דאָס אין אַ מאָסיקן טעמפּאָ און ס׳איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער, בפֿרט צווישן די פֿראַנצייזיש־ייִדישע זינגערס. אָבער מײַן מאַמע האָט דאָס געזונגען גאַנץ פּאַמעלעך — ס׳איז דאָך אַ שלאָפֿליד. בכלל, וואָלט דער עולם געדאַרפֿט וויסן וווּ צו הערן לעווינס לידער געזונגען פֿון אַנדערע קינסטלער.
עס קומט אַ גרויסער דאַנק לייבו לעווינס טאָכטער, די זינגערין רות לעווין. זי איז געווען דער טרײַב־כּוח פֿונעם קאָמפּאַקטל. צוזאַמען מיטן פּרעכטיקן באַנד לידער זײַנע וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן, און אירע אייגענע רעקאָרדירונגען פֿון די לידער, וועט דאָס קאָמפּאַקטל „וועמען וועסטו זינגען, וועמען?” פֿאַרזיכערן, אַז לייבו לעווינס שאַפֿונגען וועלן ריכטיק אָפּגעשאַצט ווערן.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן „וועמען וועסטו זינגען, וועמען?” גיב אַ קוועטש דאָ: //www.jewish-music.huji.ac.il/content/who-will-you-sing-leibu-levin-performs-yiddish.
צו זען אַ ווידעאָ וווּ לייבו לעווין זינגט דאָס קינדערליד „אונדזער דעכל איז צעבראָכן” פֿון זלמן ראָזענטאַל, גיט אַ קוועטש דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.