לייבו לעווינס קאָמפּאַקטל — אַ טעם פֿון בוקאָווינע

Leybu Levin's CD – a Whiff of Bukovina

לייבו לעווין, 1969
לייבו לעווין, 1969

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 12, 2016, issue of April 29, 2016.

מיט יאָרן צוריק, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל זיך צוגעהערט צו צוויי קאַסעטן אין וועלכע לייבו לעווין (1914—1983) זינגט זײַנע לידער האָבן זיי אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן רושם. רעקאָרדירונגען פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער פֿונעם עלטערן דור זענען שוין דעמאָלט געוואָרן וואָס מער זעלטן. זײַן דראַמאַטישער סטיל האָט אויסגעדרוקט די לעבעדיקע טשערנעוויצער ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה פֿון די 1930ער יאָרן, אַ וועלט וואָס איך האָב גוט געקענט, אָבער נאָר דורך דער צווייטער האַנט — מײַן מאַמעס זכרונות און די לידער וואָס זי פֿלעג זינגען. מיט זײַנע קאָמפּאָזיציעס און רעציטאַציעס איז לעווין געוואָרן אַ באַליבטע פֿיגור אין דער שטאָט און מיטן נײַעם קאָמפּאַקטל „וועמען וועסטו זינגען, וועמען?” פֿונעם „ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָרשצענטער” בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט” וועלן זײַנע שאַפֿונגען דערגרייכן אַ ברייטערן עולם — און עס קומט אים.

דאָס איצטקיע קאָמפּאַקטל איז אַ סך מער ווי אַ קאָמפּאַקטל — דאָס באַגלייט־ביכל נעמט ארײַן תּוכיקע עסייען וועגן לעווין. אַן אַרײַנפֿיר־עסיי פֿון פּראָפֿ׳ עדווין סערוסי, דירעקטאָר פֿונעם „פֿאָרשצענטער”, דערציילט וועגן דעם שאַפֿערס לעבן, און ווי אַזוי דער פּראָיעקט איז רעאַליזירט געוואָרן. עס געפֿעלט מיר ספּעצעיל זײַן זאָג, אַז „לעווין פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין קיין איין קאַטעגאָריע”, ווײַל ער האָט געהערט צו עטלעכע אין דער זעלבער צײַט: אַ אוניקאַלע פּערזענלעכקייט.

ד״ר מיכאל לוקינס עסיי וועגן לייבו לעווין און זײַנע לידער שטעלט מיט זיך פאָר אַ זעלטענעם אויספֿירלעכן אַנאַליז אין דעם פֿעלד פֿון ייִדישער מוזיקאָלאָגיע. ער באַטראַכט די ווערטער מיט דער מוזיק צוזאַמען אין יעדן ליד און לוקין פֿאַרמאָגט סײַ אַ ליטעראַרישן חוש, סײַ אַ בקיאות אינעם ייִדישן געזונגענעם ליד. קיין פֿאָלקזינגער, שרײַבט ער, איז לעווין נישט געווען, אָבער פֿונעם פֿאָלקסליד, צווישן אַנדערע קוואַלן, ציט ער זײַן יניקה. עטלעכע פֿאָלקסידער און פּאָפּולערע לידער וואָס לעווין געדענקט פֿון דער היים האָט מען אויך אַרײַנגענומען אין דער רעקאָרדירונג. אַ ביסל איראָניע איז דאָ אין דעם וואָס די פֿאָלקישסטע פֿאָרשטעלונג זײַנע איז פֿון אַ פּוילישער באַלאַדע וואָס זײַן חבֿר איציק מאַנגער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש — ‚דו וועסט גיין מיטן באַרג”, וואָס איז גענומען געוואָרן פֿון אַ היים־רעקאָרדיורנג.

שוין אין מיטן פֿון די 1930ער יאָרן האָט לעווינס אָוונטן פֿון רעציטאַציעס אין טשערנאָוויץ אָנגעפֿילט זאַלן, און די השפּעה פֿון הערץ גראָסבאַרד אויף זײַן וואָרטקינסטלערײַ איז בולט. אָבער לעווין האָט געהאַט אַ טאַלאַנט וואָס גראָסבאַרד האָט נישט געהאַט אָדער נישט אַרויסגעוויזן — געזאַנג. לעווין פֿלעכט אַ מאָל אַרײַן רעציטאַציע אין מיטן ליד, ווי אין זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון מאַנגערס „צוויי בריוו פֿון וועלוול זבאַרזשער צו מלכּלה דער שיינער”. דאָס איז נישט קיין פֿאָלקסקונטס, נאָר מאָדערנע קונסט פֿון דער העכסטער מדרגה.