אויפֿן וועג שטייט אַ בוים

On the Road, There's a Tree

אַ פֿרומער ייִד זאָגט „ברכּת־האילנות‟
Youtube
אַ פֿרומער ייִד זאָגט „ברכּת־האילנות‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 14, 2016, issue of April 29, 2016.

בײַ אַלע ייִדן ווערט דער חודש ניסן אַסאָציִיִרט מיטן חג־הפּסח. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַן אַנדער שיינע ניסן־מיצווה, וואָס מע קאָן מקיים זײַן במשך פֿונעם גאַנצן חודש.

אין דער גמרא־מסכתּא „ברכות‟ שטייט געשריבן, אַז רבֿ יהודה — אַ בבֿלישער אמורא פֿונעם דריטן יאָרהונדערט — האָט געזאָגט, אַז ווען מע זעט אין די ניסן־טעג אַ בליִענדיקן בוים, דאַרף מען זאָגן אַ ספּעציעלע ברכה, כּדי צו באַדאַנקען דעם רבונו־של־עולם, וועלכער האָט געמאַכט אַ וועלט, וווּ גאָרנישט פֿעלט, און באַשאַפֿן גוטע באַשעפֿענישן און ביימער, כּדי די מענטשן זאָלן דערפֿון הנאָה האָבן.

צו מײַן חידוש, ווען איך האָב געפֿרעגט וועגן דעם מײַנע אַמעריקאַנער וועלטלעכע און נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע באַקאַנטע, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז זיי ווייסן גאָרנישט וועגן דער דאָזיקער ברכה. למשל, די סבֿיבֿה־אָרגאַניזאַציע „חזון‟ האָט מיר איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך נישט צו אָרגאַניזירן קיין „ברכּת־האילנות‟; דער פֿאָרשטייער האָט אויסגעזען פֿאַרחידושט פֿון מײַן פֿראַגע.

להיפּוך, האָבן מײַנע נישט־ייִדישע אינטערנעץ־פֿרײַנד פֿון צענטראַל־אַזיע און מיטל־מיזרח מיך לעצטנס ממש פֿאַרוואָרפֿן מיט וווּנדערשיינע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ביימער און בלומען, וואָס צעבליִען זיך איצט אינעם דאָזיקן ראַיאָן, צומאָל בפֿירוש לויבנדיק דעם אייבערשטן. ווי באַלד דער דערמאָנטער רבֿ יהודה האָט געוווינט אין פּומבדיתּא אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַק, איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, קוקנדיק אויף די פֿרישע בילדער, פֿאַרוואָס ער האָט געהאַט גרויס הנאָה פֿונעם פֿרילינג־אויפֿבלי אין יענע מקומות.

אַחוץ דער עסטעטישער הנאָה, האָט די „ברכּת־האילנות‟ אַ טיפֿן און רײַכן באַדײַט אין ייִדישקייט. פֿון ראָש־חודש ניסן אָן, לייענט מען יעדן טאָג די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָבן געבראַכט אינעם דאָזיקן יאָר־פּעריאָד פֿאַרן אויפֿשטעלן דעם המשכּן. נאָכן לייענען, שטייט אין די סידורים אַ מיסטעריעזער „יהי רצון‟, לויט וועלכן די נשמות ווערן אָנגערופֿן „הייליקע פֿייגל‟ — „ציפּרי קדישי‟. על־פּי־קבלה, קומען אַראָפּ פֿון יענער וועלט די נמשות, וואָס זיצן אויפֿן מויער פֿון גן־עדן, זיצן אויף די ביימער, און דאַוונען פֿאַר ייִדן, וואָס גרייטן זיך צום יום־טובֿ פּסח. פֿון זייער צד, באַווײַזן זיך די נשמות ווי פֿייגעלעך אויף די ביימער, כּדי די מענטשן זאָלן זיי מתּקן זײַן מיט זייערע תּפֿילות און עפֿענען פֿאַר זיי דעם וועג אינעם ליכטיקן גן־עדן. דערפֿאַר, ווען מע בענטשט די ביימער, דערמאָנט מען „בריות טובֿות ואילנות טובֿות‟ — גוטע ביימער און באַשעפֿענישן, מיינענדיק די נשמות.

דער באַרימטער באַגדאַדער פּוסק און מקובל רבי יוסף־חיים, באַקאַנט ווי דער בן־איש־חי, האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז בעסער צו זאָגן די ברכּת־האילנות מיט אַ מנין און אַ קדיש, ווײַל די תּפֿילה־בציבור איז בכּוח צו באַפֿרײַען די נשמות, וואָס שטעקן ווי גילגולים אינעם בוים גופֿא.

אין אַ טייל קהילות באַגלייט מען די ברכה מיט אַ ספּעציעלן נוסח פֿון גאַנץ לאַנגע תּפֿילות און בקשות. בײַ די ספֿרדים הייבט זיך אָן דאָס ביימער־בענטשן מיטן באַקאַנטן פֿראַגמענט „פּתח אליהו‟, וווּ אליהו־הנבֿיא פֿאַרגלײַכט אינעם „זוהר‟ די געטלעכע צען ספֿירות מיט אַ בוים, צוגעבנדיק דערמיט אַן אַנדער וויכטיקן סימבאָלישן עלעמענט צום סימבאָלישן באַדײַט פֿון דער ברכה. מע זאָגט אויך דעם קאַפּיטל קמ״ח אין תּהילים, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס שלימות און שיינקייט פֿון דער וועלט, און וווּ יעדער באַשעפֿעניש באַזינגט דעם באַשעפֿער אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, „די בערג, און אַלע הייכענישן, פֿרוכט־ביימער און אַלע צעדערן‟.

עס באַקומט זיך, אַז אין איציק מאַנגערס ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ שפּיגלט זיך אָפּ דער באַקאַנטער קבלה־סוזשעט פֿונעם ווערן אַ פֿויגל, ווען מע גייט אַוועק אויף יענער וועלט. ס׳איז אינטערעסאַנט אויך, אַז אינעם ראַיאָן, וווּ עס האָט געוווינט דער דערמאָנטער רבֿ יהודה, ווערן די נשמות פֿון קדמונים אָן כּסדר אַסאָציִיִרט מיט די באַפֿליגלטע באַשעפֿענישן, און זענען גאָר פּאָפּולער ווי קונסט־סימבאָלן. למשל, דער באַקאַנטער פּערסישער פֿילאָסאָף אבן סינא (אַוויצענע) האָט אויסגענוצט דעם דאָזיקן סוזשעט אין זײַן „פֿייגל־מגילה‟, באַקאַנט אין לכל־הפּחות דרײַ אַלטע לשון־קודשדיקע ווערסיעס. כּמעט אויף יעדער פּערסישער מיניאַטור טרעפֿן זיך פֿייגעלעך, וואָס זיצן אויף אַ בוים; אָפֿטמאָל, רעפּרעזענטירן זיי טאַקע די נשמה.

דער סוזשעט איז, אין דער אמתן, אַן אינטערנאַציאָנאַלער. צום בײַשפּיל, ווערן די נשמות פֿאַרוואַנדלט אין פֿייגל אינעם אַלטן סלאַווישן פֿאָלקלאָר. נאָכן טויט, העלפֿן די פֿייגל דעם פֿאַרשטאָרבענעם מענטש צו געפֿינען דעם וועג אויף יענער וועלט; פֿליִען זיי אַרויף אויף צום סאַמע שפּיץ פֿונעם קאָסמישן וועלט־בוים. דער לאַרך איז דער ערשטער פֿויגל, וואָס וועקט זיך פֿרילינג אויף און הייבט אָן זינגען, ווײַל ער טראָגט דעם שליסל פֿונעם גן־עדן.

ס׳איז אַ חידוש, אַז די ברכּת־האילנות איז באַקאַנט, דער עיקר, נאָר אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. אַפֿילו אין אַ סך חסידישע קהילות גלייבט מען, צוליב אומקלאָרע סיבות, אַז ס׳איז אַ מיצווה בלויז פֿאַר מענער, און אַ סך מענער פֿאַרזעען זי אויך.

אַדרבה, די דאָזיקע שיינע ברכה פּאָרט זיך זייער גוט מיטן אומפֿאָרמעלן פֿאַרברענגען אין אַ נאַטור־סבֿיבֿה, טראָגט אין זיך אַן אוניווערסאַלן אַלמענטשלעכן טעם און קאָן דינען ווי אַ קוואַל פֿון אומצאָליקע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס און ראָמאַנטישע געדאַנקען. דער פּשוטער טעם פֿון דער ברכה איז קלאָר און פֿאַרשטענדלעך: הנאָה צו האָבן פֿון די פֿרילינגדיקע בלומען און, ממילא, פֿון דער גאַנצער אַרומיקער וועלט.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אינעם עצם־ענין פֿון ברכּת־האילנות זענען פֿאַראַן אַ צאָל וויכטיקע חילוקי־דעות. כּדי זיי אויסצומײַדן, מאַכט מען די ברכה לעבן צוויי אָדער מער בליִענדיקע ביימער, אויף וועלכע עס וואַקסן עסבאַרע פּירות, און דווקא אין ניסן. ס׳איז אויך בעסער דאָס צו טאָן אין אַ ווילדער נאַטור־סבֿיבֿה אויסער דער שטאָט.

אַזוי צי אַזוי, לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז בײַ ייִדן איז פֿאַראַן אַ רײַכע און באַדײַטיקע טראַדיציע פֿונעם מקבל זײַן דעם פֿרילינגבלי מיט פֿרייד. ס׳איז כּדאַי פֿאַר די ייִדישע סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן זיך בעסער צו באַקענען מיט דער דאָזיקער שיינער ברכה.