(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זונטיק האָבן יונגע פֿאָרשער און סטודענטן פּרעזענטירט זייערע אַרבעטן. די אַרכיװ־דירעקטאָרין פֿון ייִװאָ, סילװיאַ האַנסמאַן, האָט אַרײַנגעפֿירט די טעמע און די פּראָפֿעסאָרין פֿון בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט שושנה סקוראַ האָט רעפֿערירט װעגן די פֿאָרשונגען אין אוניװערסיטעט. לוקאַס פֿישמאַן, אַ תּלמיד פֿון ייִװאָ, װאָס האָט געשריבן זײַן אַרבעט װעגן „מאַקס פּערעלמאַן און ייִדיש טעאַטער אין אַרגענטינע‟, האָט גערעדט װעגן דער ייִדישער לינגװיסטיק און די דיסקוסיע, צי ייִדיש איז אַ גערמאַנישע אָדער אַ סלאַװישע שפּראַך. שׂרה פּאָקראַסאַ האָט דערציילט װעגן איר דערפֿאַרונג װי אַ ייִדיש־לערערין אין אַרגענטינער חב״ד, מיט די טעקסטן, װאָס ס‘האָט צוגעגרייט נחמה האַנסמאַן און דער ייִװאָ האָט אַרויסגעגעבן. הערמאַן שװאַרצבאַרד האָט דערציילט, װי אַזוי ער איז צוריקגעקומען צו דער ייִדישער שפּראַך בײַם צוגרייטן זײַנע פֿילמען װעגן ייִדישן לעבן אין אַרגענטינע און די פֿאָרשערין גבריאלה שערליס האָט דערציילט װעגן איר אַנקעטע „װער זײַנען די באַניצערס פֿון דער ייִװאָ־ביבליאָטעק און אַרכיװן פֿון אַרגענטינער ייִװאָ”. דער עולם האָט פּשוט געשטוינט פֿון דעם אינטערעס פֿון יונגן דור.
ד״ר פּערלאַ סנה, שׂמחה סנהס טאָכטער, פֿון אוניװערסיטעט „טרעס דע פֿעברעראָ‟ האָט רעפֿערירט װעגן ייִדיש בעתן חורבן, און װי אַזוי די ייִדישע שפּראַך איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן אינסטרומענט פֿון װידערשטאַנד.
פֿאַרנאַכט האָט מען געװיזן דעם פֿילם „די יוגנטלעכע װאָס האָבן אָפּגעראַטעװעט דעם זכּרון‟, װאָס ראָדאָלפֿאָ קאָמטע האָט פּראָדוצירט, און װאָס װײַזט װי אַזוי איבער 800 יוגנטלעכע האָבן אָפּגעראַטעװעט די אוצרות פֿון ייִװאָ נאָכן אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין אין 1994. אסתּר שװאַרץ, װאָס האָט קאָאָרדינירט די עפּאָפּעע און דער רעזשיסאָר פֿון פֿילם האָבן געשמועסט מיטן עולם און קאָמענטירט זייער דערפֿאַרונג.
מאָנטיק האָבן זיך די סעסיעס אָנגעהויבן מיט אַ באַערונג פֿאַר אליהו טאָקער, אַן איבערזעצער פֿון ייִדישע פּאָעטן אויף שפּאַניש, אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פֿון ייִװאָ, װאָס איז ניפֿטר געװאָרן אין 2010. דער דאָקומענטאַרער פֿילם „לחיים‟, װאָס דערציילט װעגן זײַן לעבן און שאַפֿן איז קאָמענטירט געװאָרן פֿון אַניטאַ װײַנשטיין, דירעקאָרין פֿון אַרגענטינער ועד הקהילות. דרײַ װאַרשטאַטן האָבן געשלאָסן דעם סעמינאַר. די ייִדיש־לערערין נחמה באַראַד האָט געאַרבעט אַד״ט „תּנאים, חתונות און ליבע אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר‟, די יונגע דאָקטאָראַנטין מאַלענאַ טשינסקי האָט געאַרבעט אויף „ייִדישע שפּריכװערטער, אויסדרוקן און רעדנסאַרטן‟ אין 21סטן יאָרהונדערט; און דער קלעזמער יאָסל װאַקשטיין האָט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע „צי װייסט איר, װאָס איז באמת קלעזמער־מוזיק? לאָזט זיך אָפּ פֿון שװינדל…‟, און אילוסטרירט מיט זײַן קלאַרינעט די געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע שטיקעלעך.
אין אָװנט האָט מען געשלאָסן דעם סעמינאַר מיט אַ פּרעכטיקן קאָנצערט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, דורכגעפֿירט פֿון סולעמאַ בענװעניסטע, רות גאָלדפֿאַרב און מרים נאָװאַ, וווּ דער עולם האָט געהאַט די מעגלעכקייט מיטצוזינגען מיט זיי. פֿאַרן קאָנצערט האָט מען באַערט דעם װעטעראַן פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַרגענטינע, מאַקס בערלינער, װאָס איז אַלט געװאָרן 97 יאָר. אַנשטאָט אַ דאַנקװאָרט האָט ער נישט גערעדט, נאָר אינטערפּרעטירט אַ פֿראַגמענט פֿון זײַן ספּעקטאַקל „שלום־עליכם, מנחם־מענדל‟.
דער סעמינאַר איז געשלאָסן געװאָרן מיטן צוזאָג צו באַנײַען דעם קאָנטאַקט מיטן ייִשובֿ פֿון אינערן פֿון לאַנד און דורכפֿירן אין די נאָענטע חדשים ייִװאָ־אַרבעט אין דער פּראָװינץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.