דער נאַצישער ייִדיש־פֿאָרשער

The Nazi Yiddishist

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 15, 2016, issue of May 13, 2016.

פֿראַנץ בעראַנעק
פֿראַנץ בעראַנעק

אין זײַן נײַ בוך וועגן דעם אויפֿקום פֿון ייִדיש, לייגט אַלכּסנדר ביידער פֿאָר אַ נײַע טעאָריע, אַז אונדזערע מיזרח־ייִדישע דיאַלעקטן שטאַמען אָפּ פֿונעם ביימישן דיאַלעקט פֿון דײַטש.

כּדי אויסצופֿאָרשן די דאָזיקע טעאָריע, האָב איך זיך אַ ביסל פֿאַרטיפֿט אין דער ליטעראַטור וועגן ביימיש און עס האָט זיך געמאַכט אַן אומגעריכטע פֿאַרבינדונג: איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון מערבֿ־ייִדיש — דער דײַטש פֿראַנץ בעראַנעק — איז אויך געווען אַ מומחה אויפֿן געביט פֿון ביימיש. פֿרעגט זיך, וואָס וואָלט ער געהאַלטן פֿון דער דאָזיקער טעאָריע?

בעראַנעק איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אינעם אַזוי גערופֿענעם „סודעטנלאַנד‟ — יענעם דײַטש־רעדנדיקן טייל פֿון דער אַמאָליקער טשעכאָסלאָוואַקײַ, וואָס היטלער האָט אַנעקסירט אין 1938, נאָך דעם טרויעריק־באַרימטן מינכענער אָפּמאַך. מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער איז בעראַנעק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער נאַצישער פּאַרטיי, און שפּעטער אויך אַן אָפֿיציר אין אַן אָפּטיילונג פֿון די „שטורעם־טרופּן‟. אין משך פֿון דער מלחמה האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ דײַטשן פֿאָרשונג־אינסטיטוט אין דער אָקופּירטער סלאָוואַקיע, און אָנגעשריבן אַרטיקלען, וואָס גלאָריפֿיצירן די גערמאַנישע קולטור.

פֿון דעסטוועגן, איז בעראַנעק ניט געווען קיין טיפּישער נאַצי. ניט געקוקט אויף זײַן דײַטשן נאַציאָנאַליזם און זײַן פּאַרטיי־מיטגלידשאַפֿט, איז זײַן באַציִונג צו ייִדן געווען אַ קאָמפּליצירטע, אַפֿילו אַ פֿרײַנדלעכע, בדרך־כּלל. אַ לעבן לאַנג האָט ער אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך, אויף אַזוי ווײַט, אַז ער איז אין די 1950ער און 1960ער יאָרן געוואָרן דער באַקאַנטסטער ייִדיש־פֿאָרשער אין דײַטשלאַנד. (דער עיקר, דערפֿאַר, ווײַל די נאַציס האָבן געהאַט פֿאַרטריבן דעם האַמבורגער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר שלמה בירנבוים אין 1933.) נאָך דער מלחמה איז בעראַנעק געשטאַנען אין פֿאַרבינדונג מיט אַ סך אַלטע ייִדן, פֿאַרבליבענע אין דײַטשלאַנד, און האָט דורכגעפֿירט אַ וויכטיקע אויספֿאָרשונג פֿון זייערע ייִדישע און האַלב־ייִדישע ריידענישן, וואָס אויף דעם איז באַזירט זײַן „מערבֿ־ייִדישער שפּראַכאַטלאַס‟, וואָס איז דערשינען אין 1965.

אַ געבוירענער אין לומפּנבאָרק (דײַטש לונדענבורג, טשעכיש ברזשעצלאַוו) אין דרום־מערן (Moravia), האָט בעראַנעק שטודירט דײַטשע פֿילאָלאָגיע בײַם ווינער אוניווערסיטעט און בײַם קאַרלס־אוניווערסיטעט אין פּראָג אין די 1920ער יאָרן. דער עיקר, האָט ער געפֿאָרשט זײַן היימישן דרום־מערישן דיאַלעקט, וואָס איז נאָענט פֿאַרבונדן מיטן בײַערישן. היפּש ייִדן האָבן דעמאָלט אויך געלעבט אין לומפּנבאָרק, אָבער, ווי די מערסטע טשעכישע ייִדן, זײַנען זיי שוין לאַנג אַריבער אויף דײַטש און טשעכיש און האָבן געהאַט פֿאַרגעסן זייער אַלטן טשעכיש־ייִדישן דיאַלעקט.

אין טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן געלעבט אַן ערך דרײַ מיליאָן עטנישע דײַטשן, וואָס האָבן באַטראָפֿן 30% פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. ייִדן זײַנען געווען אַרום 350,000, אָדער 2.5%. ווייניק דײַטשן האָבן געלעבט אין צענטער — אין פּראָג האָבן געוווינט בלויז 30,000; דער עיקר, האָבן זיי געלעבט אין די געגנטן נאָענט צו דער דײַטשער און עסטרײַכישער גרענעץ. אין דער צײַט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות זײַנען אַ סך ערטער צו ביסלעך געוואָרן „טשעכיזירט‟, צוליב פּשוטע דעמאָגראַפֿישע סיבות. אָבער בײַ די סודעטן־דײַטשן האָט געהערשט אַ נאַציאָנאַליסטישע אונטערגאַנג־שטימונג און אַ געפֿיל, אַז די טשעכישע מלוכה באַעוולט זיי.

ייִדיש האָט בעראַנעק „אַנדעקט‟ פֿאַר זיך אין 1927, בשעת אַ נסיעה אין די קאַרפּאַטן, כּדי צו פֿאָרשן די אַלטע דײַטשע קאָלאָניעס דאָרט. צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעטראָפֿן אַ גרויסע באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס רעדן טאַקע ייִדיש. אין די 1930ער יאָרן, בשעת ער האָט מערסטנס געאַרבעט ווי אַ דײַטש־לערער אין די טשעכישע שולן, האָט בעראַנעק ספּעציעל אויסגעזוכט אַלטע ייִדן, וואָס געדענקען נאָך דעם טשעכישן ייִדיש פֿון אַ מאָל. ער האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיטן ייִוואָ און אַפֿילו זיך באַטייליקט אין אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אין ווילנע אין 1935. ער איז דעמאָלט אַרומגעפֿאָרן איבער פּוילן, געזאַמלט מאַטעריאַל, און צוגעגרייט אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן דעם פּינסקער ייִדיש.