(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿרעגט זיך טאַקע: וואָס פֿאַר אַ פּאַרטיייִשן שותּפֿות האָבן אַזעלכע לײַט ווי דאָנאַלד טראָמפּ, טעד קרוז און דזשאָן קייסיק? עס פֿאַראייניקט זיי, און זייערע אָנהענגער, דאַכט זיך, נאָר איין זאַך: אַז זיי זײַנען ניט קיין דעמאָקראַטן, כאָטש דער באַגריף „דעמאָקראַטן‟ איז אויך אַזוי ברייט, אַז אין אַן אַנדער לאַנד וואָלט ער אַרומגעכאַפּט ניט ווייניקער פֿון צוויי פּאַרטייען. מע זעט טאַקע בולט הײַנט־צו־טאָג צוויי דעמאָקראַטישע פּאַרטייען — איין פּאַרטיי, וואָס שרעקט זיך ניט פֿאַרן וואָרט „סאָציאַליזם‟, און די צווייטע, וועלכע האָט מורא, אַז „סאָציאַליזם‟, לכל־הפּחות אַזאַ „סאָציאַליזם‟, איז פֿרעמד דער אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָגיע און נאָך פֿרעמדער — דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע.
און דאָך איז דאָ עפּעס, וואָס איך — אַן אויסלענדער (נעבעך) — פֿאַרשטיי ניט. איך מיין, אַז איך פֿיל ניט די גרענעץ צווישן די רעפּובליקאַנער און די דעמאָקראַטן, בעת אַן עכטער אַמעריקאַנער דערשפּירט צי דערשמעקט עס גלײַך. איך האָב זיך ניט געפֿוילט, און מאָנטיק געקוקט אויף „סי־ען־ען‟ דעם עפּיזאָד פֿון דער זייף־אָפּערע, אין וועלכער אויף דער בינע האָט מען אַוועקגעזעצט די משפּחה פֿון קייסיקן. דינסטיק האָב איך יאַקאָס אויסגעהאַלטן אַן ענלעכן עפּיזאָד מיט די טראָמפּס. (אינטערעסאַנט, אַז דווקא די שענסטע און, אַ פּנים, די קליגסטע צווישן זײַנע דערוואַקסענע קינדער איז געוואָרן אַ ייִדישע.) מיטוואָך האָב איך שוין ניט געקענט זיך אײַנרעדן צו קוקן דעם „טעד קרוז‟־עפּיזאָד, בפֿרט נאָך, אַז דער דאָזיקער מענטש שרעקט מיך ממש מיט זײַן פֿאַנאַטישקייט.
וועגן דזשאָן קייסיקן האָב איך די גאַנצע צײַט געטראַכט, אַז ער איז אַ ניכטערער, נאָרמאַלער מענטש. אמת, קיין פֿעפֿער און קיין זאַלץ איז אין אים ניטאָ. אַ סקוטשנער פּראָווינציעלער בוכהאַלטער, אָבער אַ לײַטישער, אַן אָנשטענדיקער פּאַרשוין. און אַזוי איז עס טאַקע געגאַנגען בעת דעם עפּיזאָד אויף „סי־ען־ען‟ — טאַקע אַ גוטער — מאַן, און אַזוי ווײַטער. אָבער פּלוצעם גיט ער אַ זאָג, ווילנדיק ווײַזן ווי טאָלעראַנט ער איז צו אַנדערע פּאָליטישע מיינונג: ער האָט זיך באַרימט מיט דעם, וואָס צווישן זייערע געסט זײַנען עטלעכע מאָל געווען אויך דעמאָקראַטן.
איז עס שוין אַ העלדישקייט — צו פֿאַרבעטן צו גאַסט אַ דעמאָקראַט, אויב דו ביסט אַ רעפּובליקאַנער? און פֿאַרקערט — אַ רעפּובליקאַנער זאָל עסן צוזאַמען מיט אַ דעמאָקראַט? אויב אַזוי, איז עס שוין טאַקע ניט קיין פּאַרטיייִשקייט, ווי איך פֿאַרשטיי דאָס וואָרט „פּאַרטיי‟. דאָס איז שוין עפּעס אַזוינס, וואָס איך וויל ניט אַפֿילו אונטערקלײַבן פֿאַר דעם קיין וואָרט. דאָס הייסט, אַז הינטער דער זייף־אָפּערע, מיט די ווײַבער און די קינדער אויף דער בינע, קומט פֿאָר — און איז שוין פֿאָרגעקומען — אַ געפֿערלעכע צעטיילונג אין דער געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.