דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן דאַווענען, האָבן צענדליקער ייִדן פֿון פֿאַרשידענע פֿרומע קהילות זיך שטילערהייט צונויפֿגעקליבן אויף אַ סעודה אין דער ברוקלינער געגנט קראַון הײַטס, נישט ווײַט פֿון 770, דער צענטער פֿון חב״ד חסידות. אַ צאָל פֿון זיי האָבן נישט אויסגעזאָגט זייערע משפּחות און באַקאַנטע, וווּהין זיי גייען יענעם שבת, ווײַל דאָס וואָלט זיכער געקענט שטערן זייערע באַציִונגען, אַוועקנעמען זייער פּרנסה, און פֿירן צו אַנדערע האַרבע קאַנסעקווענצן.
געגאַנגען זענען זיי אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון LGBTQ — האָמאָסעקסואַליסטן, לעזביאַנקעס, ביסעקסועלע („בײַ‟), טראַנססעקסועלע („טרענס‟) אָדער עפּעס אין צווישן („קוויר‟), וואָס קומען פֿון חסידישע, ליטווישע, מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע אָדער טראַדיציאָנעלע משפּחות.
דער גאַנצער שבת, וואָס איז געווען פֿול מיט זמירות, שיעורים, דיסקוסיעס און שבתדיקע מאָלצײַטן, האָט געהייסן Sha’Brooklyn, און איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון „אשל‟, אַן אָרגאַניזאַציע, געווידמעט נישט בלויז צונויפֿצוברענגען די־אָ ייִדן, נאָר דער עיקר — צו דערמעגלעכן זיי צו שאַפֿן אָרטאָדאָקסישע עדות, וועלכע נעמען אָן LGBTQ־ייִדן.
אַלע, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער טרעפֿונג האָבן צווישן זיך געשמועסט וועגן זייערע אייגנאַרטיקע איבערלעבונגען — אַ פּראָבלעמאַטישער פֿאָדעם, וואָס ציט זיך בײַ זיי שוין יאָרן לאַנג און שאַפֿט זיי אָן אַ שיעור ווייטיק.
בײַם עסן, האָט אַ געוועזענער חב״דניק זיך אויפֿגעשטעלט און גענומען אַ וואָרט. ער האָט אָבער נישט גערעדט וועגן דעם וווּנדער פֿון די אַמאָליקע אָבֿות, נײַערט פון זײַן הײַנטיקער פּערזענלעכער געשיכטע. דער רעדנער, ר׳ חיים לעווין, האָט דערציילט ווי די קהילה־פֿירער האָבן אים באַהאַנדלט, נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז ער האָט ליב מענער. גלייבנדיק, אַז ס׳איז מעגלעך צו בײַטן די אייגענע סעקסועלע אָריעאַנטאַציע, און אַז מע מוז עס טאָן, לויט דער הלכה, האָט מען געשיקט חיימען „זיך אויסהיילן‟ בײַ דער געוועזענער אָרגאַניזאַציע, Jonah (ראשי־תּיבֿות פֿאַר Jews Offering New Alternatives to Homosexuality). דאָרט האָט ער איבערגעלעבט אַ ים פֿון זילזולים, האָט ער געזאָגט.
איידער מע האָט געשלאָסן Jonah, פֿלעגן רבנים שיקן זייערע מתפּללים אַהין, כּדי זיי זאָלן זיך אויסהיילן פֿון זייער האָמאָסעקסואַליטעט. חיים האָט אָבער זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. ער האָט זיי אָנגעקלאָגט אין געריכט, צוליב די עוולות, וואָס ער האָט בײַ זיי געליטן.
(צו לייענען מער וועגן זײַן אָנקלאָג קעגן Jonah: //forward.com/news/310914/jury-rules-against-jonah-in-landmark-gay-conversion-therapy-case/).
בלײַבט די פֿראַגע: וואָס טוט מען מיט יענע מתפּללים? צו וועמען שיקט מען זיי? כאָטש ר׳ חיים איז אַליין מער נישט קיין חסיד, האָבן אַנדערע מענטשן בײַם „אשל‟־שבת, אויסגעדריקט די מיינונג, אַז זיי ווילן יאָ בלײַבן פֿרום. אַ פּאָר מענטשן צווישן דעם עולם זענען אַפֿילו געזעסן אינעם חסידישן מלבוש.
ר׳ חיים האָט באַטאָנט, אַז מע מוז זײַן אַגרעסיוו, ווען אַנדערע פּרוּוון זיי איבערצײַגן זיך אָפּצוזאָגן פֿון זייער LGBTQ אָריענטאַציע, און האָט אויכעט דערמוטיקט זיי צו באַטראַכטן די מעגלעכע ווירקונג אויף זייערע נאָענטע און באַקאַנטע, ווען זיי וואָלטן גערעדט אָפֿן און קלאָר וועגן דעם ענין. ער האָט צוגעגעבן, אַז מע האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ חב”דיש LGBTQ־גרופּע.
שבת בײַ טאָג, האָט „אשל‟ געפֿירט אַ דיסקוסיע אין אַ queer־פֿרײַנדלעכער שיל — „Prospect Heights Shul“. בשעת דער דיסקוסיע, האָט דער רבֿ, ישׂשׂכר כּץ, אויסגעדריקט זײַן שטאָלץ מיט אַלעמען, וואָס זיי באַמיִען זיך צו זײַן סײַ „קוויר‟, סײַ אָרטאָדאָקסיש, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן, וואָס באַווײַזן זיך אויף זייער וועג. ער האָט דערקלערט, אַז די אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן שטאַרק מורא פֿאַר זיי דערפֿאַר, ווײַל, זיי מיינען, אַז אויב די קהילה וואָלט אָנגענומען LGBTQ־ייִדן, וואָלט עס געקאָנט צעשטערן דעם רעליגעזן יסוד פֿון זייער שיל. די רעאַליטעט איז אָבער נישט אַזוי — האָט הרבֿ כּץ געזאָגט — ווײַל די מיטגלידער פֿון „אשל‟ זענען אַ באַווײַז, אַז „קוויר‟־ייִדן קענען דווקא זײַן פּונקט אַזוי פֿרום ווי גלײַכע ייִדן, און אַז זייער סעקסואַליטעט איז נישט קיין שטער.
ער האָט איבערגעגעבן אַ בײַשפּיל: בײַם לייענען די פּרשה יענעם שבת אין דער פֿרי, האָבן די LGBTQ־ייִדן אַרויסגעוויזן זייער אַ סך כּבֿוד פֿאַר דער קריאת־התּורה דורך זייער אָפּהיטן ווי מע דאַרף פּינקטלעך פֿאָרלייענען די פּסוקים.
בשעת דער דיסקוסיע, האָט מען אויך גערעדט וועגן דעם, אַז אַ סך רבנים האַלטן רעדעס קעגן האָמאָסעקסואַליטעט, נישט וויסנדיק, אַז ס׳געפֿינען זיך אַזוינע מענטשן אין עולם. דער יונגערמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער דיסקוסיע, האָט דערציילט, אַז זײַן אייגענער רבֿ האָט אים איין מאָל געזאָגט (נישט וויסנדיק, אַז דער בחור איז אַ „גיי‟), אַז ער וואָלט נישט מקבל־פּנים געווען קיין האָמאָסעקסואַליסטן אין זײַן שיל, ווײַל ס׳איז פּשוט „נישט פּאַסיק‟. אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט געהערט וואָס דער רבֿ האָט געזאָגט, האָט אים שפּעטער געלאָזט וויסן, אַז זײַנע ווערטער האָבן איר „טיף געשטערט‟. האָט מען דערנאָך דערקלערט בײַ דער דיסקוסיע, אַז אַנטשטאָט אָנצוהייבן אַ וויכּוח מיט די רבנים, איז אַ סך עפֿעקטיווער פּשוט זיי צו דערמאָנען, אַז יענע רייד שטערן זיי, ווײַל ווען מע שווײַגט, קען דאָס פֿאַרטײַטשט ווערן, אַז מע איז מסכּים מיט אַזאַ שטעלונג.
מוצאי־שבת האָט מען געפֿײַערט אַ שׂימחה, צו וועלכער אַלע זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן. די עלטערן פֿון אַ „פֿריילעכן‟ ייִד, וואָס האָט אַליין נישט געקענט בײַזײַן, זענען געקומען אַרויסצוּווײַזן זייער סאַלידאַריטעט. די מאַמע האָט מיר געזאָגט, אַז נאָך דעם ווי איר זון האָט אַנטפּלעקט זײַן האָמאָסעקסואַליטעט, האָט איר אינטערעס אין איר אייגענער גענעאָלאָגיע געבראַכט צו דער אַנטדעקונג, אַז אַ סך פֿון אירע קרובֿים פֿון די פֿריִערדיקע דורות זענען אויך געווען האָמאָסעקסועל. די דאָזיקע אַנטדעקונג האָט איר אַרויסגעהאָלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין איר זונס אייגענעם צושטאַנד, און ווי אים אָפּצושאַצן. דער פֿאַקט אַליין, אַז זיי זענען געקומען, באַטאָנט „אשלס‟ שליחות בײַם שטיצן נישט בלויז די LGBTQ, נאָר אויך זייערע טאַטעס און מאַמעס. אין מײַ וועט „אשל‟ טאַקע אָנפֿירן מיט אַ ספּעציעלן שבת — פֿאַר די עלטערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.