(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איז וואָזשע, לאָמיר זאָגן, האָבן די צוויי פֿאַרטרעטער פֿון דער אָרעמער מענטשהייט געשמועסט? איך שטעל זיך פֿאָר, אַז צווישן דעם פּויפּסט מיטן „אויך מיר אַ ייִד‟ האָט זיך אַנטוויקלט דער שמועס בזה הלשון:
בערני (הכנעהדיק):
„פּויפּסט לעבן, אײַער מאַיעסטעט, די פֿרויען־צימער דערגייט מיר די יאָרן, זי האָט אַ צונג אויף שרויפֿן און פֿאַרגינט מיר נישט די זכיה צו ווערן דער ערשטער ייִדישער פּרעזידענט פֿון אַמעריטשקע גנב‟.
פּויפּסט פֿרענציס (דערשטוינט):
„ייִדישער פּרעזידענט??? ביסט גאָר אַ ייִד? ס׳איז אַ נײַעס פֿאַרן בני־בית!‟
בערני (אונטערטעניק):
„יעזוס איז דאָך אויך געווען אַ ייִד, און ער האָט זיך דאָראָבעט צו ווערן אַ גאָטהײט, איך בין בלויז אויסן דאָס ׳ווײַסע הויז׳.‟
פּויפּסט פֿרענציס:
„מײַן זון, דערווײַל בין איך פֿאַרנומען מיט די פּליטימדיקע „רעפֿיודזשיס‟. זיי נייטיקן זיך אין הילף, דו ביסט בלויז אויסן זיך! די וועלט ברענט און דײַן זייגער שטייט. דו שטעלסט זיך נישט אײַן פֿאַרן עבֿדים היינו, נאָר פֿאַר דער רעוואָלוציע. מיינסט דאָך נישט דעם לשנה הבאה בירושלים ווי בשנה הבאה אין ׳ווײַסן הויז׳; מיינסט דאָך נישט אוודאי די עשׂרת הדברות נאָר די גאָלדענע קאַלב; דו מיינסט מסתּמא נישט די יויך, נאָר די קניידלעך, איז דיינו! איך קען דיר געבן נאָר איין עצה, לויף צום דאַלײַ־לאַמאַ, עלי וויזעל האָט פֿון אים באַקומען אַ ברכה. און פֿאַרגעס נישט אין די „פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני ציון‟, דאָרט שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז ייִדן ווילן פֿאַרכאַפּן די וועלט, און אַז דו וועסט ווערן דער ערשטער ייִדישער פּרעזידענט, וועלן ביי די אומות העולם מקיים ווערן די רייד פֿון די פּראָטאָקאָלן‟.
איז בערני צוריקגעקומען אַן אָפּגעשמיסענער פֿונעם פּאָנטיף, נישט געפּראַוועט דעם יום־טובֿ, נאָר זיך גענומען גרייטן צום פֿאַרמעסט.
ליבע פֿרײַנד, דער איינציקער ייִד וואָס איז מיר געקומען אין זינען הײַנט, האָט אַן ענלעכן נאָמען: באַרני פֿרענק, וועלכער זיצט שוין יאָרן לאַנג אין קאָנגרעס און גלייבט אויך אין מאַרקסן, נאָר נישט יענעם קאַרל מאַרקס פֿון „דאַס קאַפּיטאַל‟, נאָר אין גראַוטשאָ מאַרקס, דעם קעניג פֿון די קאָמעדיאַנטן, מיט זײַנע ברידערלעך האַרפּאָ, טשיקאָ, גאָמאָ און זעפּאָ. אַלע פֿון זיי — „אויך מיר ייִדן‟, אָבער זיי האָבן זיך כאָטש געריסן צו דער בינע און נישט צום „ווײַסן הויז‟.
איז וווּ האַלטן מיר? מ׳זאָגט מיר, אַז אַ ייִד אין אַמעריקע טאָר נישט ווערן קיין פּרעזידענט, דער עיקר — אַ ייִד וואָס פֿלירטעוועט מיטן פּויפּסט, וואָס פּרעדיקט אידעאַליזם פֿון די נעכטיקע טעג, אַ ייִד וואָס מיינט ישׂראל קומט דער וועלט דעם באַרג סיני בשעת די וועלט שיקט זיי טעגלעכע ראַקעטעס צו פֿאַרניכטן אונדזער אויסגעבענקט און אויסגעבענטשט לאַנד, אַ ייִד וואָס רעדט זיך אײַן אַ קינד אין בויך, קען אויך מפּלען ווי נאָר די וועלט גיט אַ גרעפּס מיט שׂינאת־ישראל.
בערני (ברוך) סענדערס, נעם זיך אין די הענט אַרײַן, ביסט בלויז אַ שרײַפֿעלע אין דער מאַשינעריע פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, און דער עיקר: „בערני, דו ביסט נישט קיין קענעדי.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.