נאָך דעם װי צװײ ײִדן האָבן זיך צעקריגט בײַם קידוש אין מעלבורנס ספֿרדישער שיל, האָט אײנער פֿון זײ פֿאַרלאָזט די געבײַדע און דער קידוש איז אָנגעגאַנגען אַזױ װי פֿריער. נאָך דעם װי יענער איז צוריקגעקומען אין דער שיל מיט אַ מעסער אין דער האַנט, האָט ער צעשטאָכן אין בױך נישט דעם מיט װעמען ער האָט זיך צעקריגט, נאָר אַ דריטן ײִדן װאָס האָט געפּרוּװט צעטײלן די צװײ. דאַן איז דער אָנפֿאַלער װידער אַװעק. לױט פּאָליצײ האָבן דער צעשטאָכענער און דער צעשטעכער זיך געקענט.
דער געליטענער איז צוגעפֿירט געװאָרן אין שפּיטאָל אַרײַן, װוּ דאָקטױרים האָבן אים פֿאַרזיכערט אַז עס איז נישטאָ קײן סכּנה אַז ער װעט שטאַרבן צוליב דעם אײנציקן װוּנד.
דערװײַל האָט די לאָקאַלע ײִדישע זיכערהײט־גרופּע, װאָס האָט נאָר געװוּסט אַז אַ ײִד איז צעשטאָכן געװאָרן, געמאָלדן אַלע שכנותדיקע שילן אין דער פֿאָרשטאָט איסט סט. קילדאַ אַז זײ זאָלן פֿאַרשליסן די טירן, כּדי דער שולדיקער זאָל נישט קענען אַרײַנלױפֿן צו זײ אין שיל אַרײַן און באַפֿאַלן די מתפּללים. אַפֿילו שילן אין סידנעי האָבן אײַנגעפֿירט זײערע זיכערהײט־פּראָטאָקאָלן. אַלע האָבן געעפֿנט די טירן מיט אַ שעה שפּעטער, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך דערװוּסט אַז דער שולדיקער איז אױך אַ ײִד.
די לאָקאַלע פּאָליצײ האָט אַרעסטירט דעם אָנפֿאַלער צװײ טעג נאָכן אָנפֿאַל. ער װעט געמשפּט װערן אין חודש סעפּטעמבער.
אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם װעגן די עדתניקעס [מיטגלידער פֿון דער חסידישער קהילה „עדת־ישׂראל‟] אין מעלבורן, װעט געװיזן װערן אױף דער רעגירונגס עטנישן טעלעװיזיע קאַנאַל די װאָך. די גרופּע װאָס האָט געאַרבעט אױפֿן פֿילם, װאָס הײסט „סטריקלי דזשויִש“ (שטרענג ײִדישלעך), האָט פֿריִער געמאַכט אַ דאָקומענטאַר פֿילם װעגן פֿאַרברעכנס קעגן קינדער, װאָס האָט געװוּנען אַ רײ פּרעמיעס. אַן ערך 2,000 עדתניקעס װױנען אין מעלבורן הײַנט צו טאָג. זײ פֿירן אָן מיט אַן אײגענער שיל און אַן אײגענער טאָגשול.
די אָרגאָניזאַציע „װײדזשעקס“, װאָס באַשטײט פֿון ײִדישע װעטעראַנען װעלכע האָבן געדינט אין דער אױסטראַלישער אַרמײ, האָט אָרגאָניזירט אַן אַזכּרה נאָך די געפֿאַלענע חבֿרים און פֿרײַנד אױפֿן ײִדישן בית־עולם. די אַזכּרה איז פֿאָרגעקומען דעם טאָג װען די אױסטראַליער גיבן אָפּ כּבֿוד די געפֿאַלענע און די לעבן־געבליבענע סאָלדאַטן און קראַנקן־שװעסטער װעלכע האָבן באַדינט איר מיליטער במשך פֿון די יאָרן.
דער טאָג מערקט אױך אָפּ די יאָרצײַט פֿונעם טאָג װען אױסטראַליע, נײַ־זעלאַנד, קאַנאַדע און בריטאַניע האָבן אַטאַקירט גאַליפּאָליע אין טערקײַ אין 1915 בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. דער אָנפֿאַל האָט נישט געהאַט קײן מיליטערישע הצלחה. דער טאָג הײסט „ענזעק“ טאָג.
ײִדישע טאָגשולן, יוגנט־גרופּעס, אָרגאָניזאַציעס, שילן און מושבֿ־זקנימס אין מעלבורן און אַנדערע שטעט האָבן צוגעגרײט און אָנגעפֿירט מיט ספּעציאַליזירטע סדרים פֿאַר זײערע תּלמידים, תּלמידות, מיטגלידער, אײַנװױנער, אונטערשטיצער און פֿרײַנד פֿאַר און בעת די פּסח שול־פֿעריען.
די ײִדישע אױסטראַלישע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן פֿון „אײדזשעקס“־מכּבי אױסטראַליע אין מעלבורן האָבן געהאַט זײער אַ געראָטענעם סוף־װאָך יענע װאָך. די פֿיר מענערישע מאַנשאַפֿטן און די פֿרױען-מאַנשאַפֿט האָבן אַלע געשפּילט און אַלע האָבן געװוּנען זײערע פֿאַרמעסטן.
סאָל (שאול) סײם, אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון ײִדישע אָרגאָניזאַציעס און פֿון דער אױסטראַלישער לײבאָר פּאַרטײ, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 97 יאָר.
ער איז געבױרן געװאָרן אין ארץ ישׂראל אין 1918, און האָט דעמאָלט געהײסן אבֿשלום שמואלעװיטש. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין אױסטראַליע װען ער איז אַלט געװען נאָר פֿינף יאָר. סאָל סײם איז דערצױגן געװאָרן אױף אַ פֿאַרם לעבן פּערט און האָט געדינט אין דער אױסטראַלישער לופֿט־פֿלאָטע װי אַ פֿליִער בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה.
סאָל סײם איז געװאָרן אַ באַרימטער פֿילאַנטראָפּ און האָט געדינט װי דער פּרעזידענט פֿונעם ציוניסטישן „פֿאַראײניקטן ישׂראל אַפּיל‟. ער איז באַערט געװאָרן מיט דער „ישׁראל גאָלדשטײן פּרעמיע‟ פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת מדינת־ישׂראל. סײם איז אױך באַערט געװאָרן פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג װען ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿונעם אָרדן פֿון אױסטראַליע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.