נאָך דעם װי צװײ ײִדן האָבן זיך צעקריגט בײַם קידוש אין מעלבורנס ספֿרדישער שיל, האָט אײנער פֿון זײ פֿאַרלאָזט די געבײַדע און דער קידוש איז אָנגעגאַנגען אַזױ װי פֿריער. נאָך דעם װי יענער איז צוריקגעקומען אין דער שיל מיט אַ מעסער אין דער האַנט, האָט ער צעשטאָכן אין בױך נישט דעם מיט װעמען ער האָט זיך צעקריגט, נאָר אַ דריטן ײִדן װאָס האָט געפּרוּװט צעטײלן די צװײ. דאַן איז דער אָנפֿאַלער װידער אַװעק. לױט פּאָליצײ האָבן דער צעשטאָכענער און דער צעשטעכער זיך געקענט.
דער געליטענער איז צוגעפֿירט געװאָרן אין שפּיטאָל אַרײַן, װוּ דאָקטױרים האָבן אים פֿאַרזיכערט אַז עס איז נישטאָ קײן סכּנה אַז ער װעט שטאַרבן צוליב דעם אײנציקן װוּנד.
דערװײַל האָט די לאָקאַלע ײִדישע זיכערהײט־גרופּע, װאָס האָט נאָר געװוּסט אַז אַ ײִד איז צעשטאָכן געװאָרן, געמאָלדן אַלע שכנותדיקע שילן אין דער פֿאָרשטאָט איסט סט. קילדאַ אַז זײ זאָלן פֿאַרשליסן די טירן, כּדי דער שולדיקער זאָל נישט קענען אַרײַנלױפֿן צו זײ אין שיל אַרײַן און באַפֿאַלן די מתפּללים. אַפֿילו שילן אין סידנעי האָבן אײַנגעפֿירט זײערע זיכערהײט־פּראָטאָקאָלן. אַלע האָבן געעפֿנט די טירן מיט אַ שעה שפּעטער, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך דערװוּסט אַז דער שולדיקער איז אױך אַ ײִד.
די לאָקאַלע פּאָליצײ האָט אַרעסטירט דעם אָנפֿאַלער צװײ טעג נאָכן אָנפֿאַל. ער װעט געמשפּט װערן אין חודש סעפּטעמבער.
אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם װעגן די עדתניקעס [מיטגלידער פֿון דער חסידישער קהילה „עדת־ישׂראל‟] אין מעלבורן, װעט געװיזן װערן אױף דער רעגירונגס עטנישן טעלעװיזיע קאַנאַל די װאָך. די גרופּע װאָס האָט געאַרבעט אױפֿן פֿילם, װאָס הײסט „סטריקלי דזשויִש“ (שטרענג ײִדישלעך), האָט פֿריִער געמאַכט אַ דאָקומענטאַר פֿילם װעגן פֿאַרברעכנס קעגן קינדער, װאָס האָט געװוּנען אַ רײ פּרעמיעס. אַן ערך 2,000 עדתניקעס װױנען אין מעלבורן הײַנט צו טאָג. זײ פֿירן אָן מיט אַן אײגענער שיל און אַן אײגענער טאָגשול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.