כ׳האַלט זיך פֿאַר אַ שטיקל באָטאַניקער, נאָר ערשט נישט לאַנג האָב איך זיך דערוווּסט, אַז בײַם הײַנטיקן טאָג ווערן שוועמלעך, שימל, הייוון אד״גל מער נישט פֿאַררעכנט נישט פֿאַר געוויקסן, נישט פֿאַר בעלי־חיים, נאָר פֿאַר אַן אייגענעם מין באַשעפֿענישן — פֿונגוסן. (דער טערמין „שוועמל־געוויקסן“ אינעם באַנד „די געוויקסן־וועלט אויף ייִדיש“ איז, אַ פּנים, אַ פֿאַרעלטערטער.) בײַם פֿאָלק זענען זיי אַלע אַ סימן פֿון וווּקס.
שוועמלעך זענען פֿאַראַן כּלערליי: עסעדיקע און סמיקע. בײַ סטוטשקאָוון זענען אויסגערעכנט פֿערציק פֿאַרשיידענע שוועמלעך־טערמינען. ס׳וואָרט „שוועמל“ אַליין נעמט זיך פֿון „שוואָם“ sponge, וואָס איז קודם־כּל אַ וואַסער־חיה, אָבער בײַם הײַנטיקן טאָג גיכער אַ מכשיר אָפּצוּווישן אַ פֿלעק אויפֿן טיש צי אויף דער פּאַדלאָגע. דער אָפּשטאַם פֿון „שוואָם“ איז אַ ביסל נישט קלאָר; ס׳ענגלישע sponge נעמט זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿון גרעקיש spongos, וואָס דאָס קער זיך אָן מיטן לאַטײַנישן fungus, וואָס מיר קענען דאָך שוין. אויף דײַטשיש זאָגט מען נישט „שוועמל“, נאָר Pilz, וואָס דאָס איז אין לעצטן סך־הכּל אַ לײַוואָרט פֿונעם גרעקיש־לאַטײַנישן boletus (אַ מין שוועמל). הייסט עס, אַז פֿון איין מין איז געוואָרן אַ דאַכטערמין פֿאַר כּלערליי מינים. אַזוי אויך, אַ שטייגער, ס׳ענגלישע deer אַקעגן דעם דײַטשישן Tier („חיה“) — פֿון אַ האַלב כּוללדיקן טערמין, טײַטש „ווילדע חיה“, איז אויף דײַטשיש געוואָרן דער דאַכטערמין, אויף ענגליש — בלויז איין מין. נאָר נישט דאָס זענען מיר אויסן — אויף ייִדיש איז אַזאַ וואָרט נישטאָ.
הײַנט וואָס זענען הייוון? קליינע באַשעפֿענישן וואָס ווען נישט זיי, וואָלטן מיר נישט געהאַט קיין געיוירנס: דער הויפּט — געבעקס צו עסן און ביר צו טרינקען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.