(די 2 טע זײַט פֿון 2)
הייוון עסן קאַרבאָהידראַטן — אַ שטייגער, די וואָס אין ווייצן מעל — און לאָזן פֿון זיך אַרויס קוילן־זײַערס, וואָס דערפֿון גייט אויף ס׳טייג. דער שרײַבער פֿון די שורות איז נישט קיין געניטער בעקער; אפֿשר טאַקע דערפֿאַר קען איך זיך נישט אָפּוווּנדערן ווי אַזוי פֿון אַ קליין ביסל מעל מיט הייוון ווערט אַזאַ גרויס שטיק טייג, און וואָס לענגער מע לאָזט די הייוון צו רו, אַלץ גרעסער ווערט דאָס טייג. נישט אומזיסט זאָגט מען אויף אַ קינד, אַז ס׳וואַקסט ווי אויף הייוון, צי ווי אַ ראָשטשינע, צי ווי טייג אין אַ דייזשע. (מע קען אויך זאָגן, אַז עפּעס וואַקסט ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן.)
און דאָס וואָרט „הייוון“? ס׳קער זיך אָן מיטן ווערב „הייבן“, און ס׳איז נישט קיין וווּנדער אויך: אָט הייבט הייוון דאָס טייג. דאָס ענגלישע yeast, ווידער, האָט זייער אַ מאָדנע היסטאָריע. ס׳נעמט זיך פֿונעם זעלביקן שורש וואָס zest (אויף ענגליש טײַטש „ברען, ענטוזיאַזם“ — אויף גרעקיש „הייס, היץ“), אפֿשר דערפֿאַר וואָס אַז מע מישט אויס הייוון מיט וואַסער, דאַכט זיך, אַז דאָס וואַסער קאָכט זיך. צו דעם שורש קען מען אויך צורעכענען „עקזעמע“, אַ קרענק וואָס איז אין תּוך אַרײַן אויסגעטריקנטע הויט — אַז מע קאָכט וואַסער גענוג לאַנג, וועבט דאָך אויס די פּאַרע, בלײַבט אַ טרוקענער טאָפּ. אָט די הויטקרענק קען זיך טאַקע נעמען פֿון אַ פֿונגוס וואָס איז ענלעך צו הייוון. זענען הייוון געזונט צום עסן, אָבער נישט צו דער הויט.
אויך וועגן וואָרט „וואַקסן“ איז דאָ וואָס צו דערציילן. מיטן סובסטאַנטיוו „וואַקס“ האָט עס נישט קיין שײַכות, נאָר מיטן ענגלישן וו ע ר ב wax יאָ. אויף ענגליש ניצט מען עס בדרך־כּלל וועגן דער לבֿנה, וואָס זי ווערט דאָ גרעסער, דאָ קלענער — the moon waxes and wanes. ווידער אַ מאָל — אַ כּוללדיק וואָרט אויף איין לשון, אַ ספּעציפֿישס אויף אַ צווייטן. דאָס ענגלישע איז, אַגבֿ, טײַטש נישט נאָר „וואַקסן“, נאָר אויך „ווערן“ — אָט איז פֿאַראַן אַ זעלטענער, פֿאַרעלטערטער אויסדריק wax wroth „ווערן אין כּעס“; סײַ wroth, סײַ wrath זענען טײַטש „כּעס“. לויט די מקורים בלײַבט wroth אין באַניץ בלויז אין די ענגלישע ביבלען, נאָר דער איינציקער אויפֿווײַז וואָס איז מיר באַקאַנט איז פֿון גראַוטשאָ מאַרקס:
The dean is furious - he’s waxing wroth!
Is Roth here too? Let him wax the dean!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.