איין יאָר וואָס סאָוועטן האָבן געזוכט פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל

One Year that USSR Sought Ties With Israel

אַלעקסיי קאָסיגין (לינקס)
אַלעקסיי קאָסיגין (לינקס)

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 26, 2016, issue of May 13, 2016.

מיט אַ האַלב יאָרהונדערט צוריק, אין 1966, האָט זיך עפּעס אַ וואַרעמקייט אַנטוויקלט צווישן ישׂראל און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איך ווייס ניט פּינקטלעך, לכל־הפּחות דערווײַל, מיט וואָס די דאָזיקע וואַרעמקייט איז געווען פֿאַרבונדן. פֿון איין זײַט, פּאָליטיש, זײַנען די באַציִונגען צווישן די צוויי מדינות געווען לחלוטין ניט קיין פֿרײַנדלעכע. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך דאָך געחבֿרט מיטן אַראַבישן צד. גלײַכצײַטיק, אָבער, זײַנען געווען קאָנטיק קלאָרע סימנים, אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט געפּרוּווט האָבן גוטע באַציִונגען מיט ישׂראל אין ניט־מיליטערישע געביטן.

אין יאָר 1966 איז צום ערשטן מאָל קיין ישׂראל געקומען אַ סאָוועטיש־ייִדישער זשורנאַליסט. סאָוועטישע ייִדן־זשורנאַליסטן האָבן אפֿשר אויך פֿריִער באַזוכט די יונגע ייִדישע מדינה, אָבער איצט איז געקומען אַן עכטער, דערפֿאַרענער ייִדישער צײַטונג־מענטש. שלמה ראַבינאָוויטש האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע ייִדישע צײַטשריפֿטן. נאָך דער מלחמה איז ער געווען דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿון דער מאָסקווער צײַטונג „אייניקייט‟, וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט. אין 1949 האָט מען אים אַרעסטירט און געשיקט אין „גולאַג‟.

נאָך זײַן באַפֿרײַונג און רעהאַביליטאַציע האָט מען שלמה ראַבינאָוויטשן געמאַכט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר שריפֿטלעכע און פּערזענלעכע קאָנטאַקטן מיט אויסלענדישע ייִדישער אויסגאַבעס. זײַנע ישׂראלדיקע רײַזע־נאָטיצן האָבן זיך באַוויזן אויף רוסיש און אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָוועטישע פּובליקאַציעס פֿון אַזאַ מין, האָבן ראַבינאָוויטשעס באַשרײַבונגען אויסגעזען ווייניקער קריטיש.

אין דעם זעלבן יאָר האָט דער העברעיִשער שרײַבער שמואל יוסף עגנון באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור — מע האָט די פּרעמיע דעמאָלט צעטיילט צווישן אים און נעלי סאַקס, וואָס האָט זיך באַזעצט אין שוועדן ווי אַ פּליט פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. לויט סאַקס, האָט עגנון פֿאָרגעשטעלט ישׂראל, בעת זי האָט פֿאָרגעשטעלט די „יסורים פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟.