(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס פֿרעגט זיך מן־הסתּם די פֿראַגע, נאָכן גאַנצן טאַראַראַם מיט פּענען און אינטעראַקטיווע טישן, וואָס פֿאַראַ זאַכן זעט מען טאַקע אינעם דאָזיקן מוזיי? אויף דער גרונט־פֿראַגע איז פֿאַקטיש נישט אַזוי לײַכט צו געבן אַן ענטפֿער. די אויסגעשטעלטע אָביעקטן זענען אַזוי פֿאַרשיידנאַרטיק, און זיי קומען פֿון אַזוי פֿיל־מיניקע תּחומים, וואָס מאַכן עס שווער ציכטיק צו פֿאַרסך־הכּלען. מע קען דאָרט זען אַלערליי סאָרטן מעבל, קליידער, אַרכיטעקטור, לאָמפּן, צירונג, טאַפּעטן, נײַע שיטות פֿון פּראָדוצירן און שאַפֿן, און נאָך און נאָך. בקיצור, זייער עקלעקטיש… איך וועל זיך אפֿשטעלן אויף צוויי ישׂראלדיקע קינסטלערינס און דיזײַנערס, וואָס זייערע ווערק ווערן דאָרט אויסגעשטעלט.
די יוּוועלירערין נועה זילבערמאַן, וואָס האָט געהאַט גראַדויִרט פֿון דער „בצלאל־אַקאַדעמיע‟ אין 2011, שטעלט דאָרט פֿאָר איר יחיד־במינודיקע קאָלעקציע פֿון „קנייטשן־צירונג‟. זילבערמאַן האָט געשאַפֿן אַ סעריע דינע גאָלדענע צירונגען, וואָס מע קען אַרײַנלייגן אויף די קנייטשן פֿון פֿאַרשידענע קערפּער־טיילן (בפֿרט אויפֿן פּנים), לויט אַ קנייטשן־מאַפּע וואָס זי האָט געפּלאַנעוועט. עס באַקומט זיך אַ צירונג־קאָלעקציע, וואָס דעפֿינירט פֿון דאָס נײַ וואָס עס הייסט די ווײַבלעכע שיינקייט. זי גיט איבער אַ מוסר־השׂכּל, וואָס גייט קעגן דעם געזעלשאַפֿטלעכן שטראָם פֿון ווילן אָפּמעקן אַלע סימנים פֿון דער עלטער, אַרײַנגערעכנט דאָס וואָס מענטשן לאָזן זיך פֿאַרקרימען דאָס פּנים דורך טײַערער און אומנייטיקער פּלאַסטיק־כירורגיע.
די ישׂראל־געבוירענע אַרכיטעקטין און דיזײַנערין נערי אָקסמאַן, וואָס אַרבעט אויך ווי אַ פּראָפֿעסאָרשע בײַ MIT, ספּעציאַליזירט זיך מיטן שאַפֿן די דיגיטאַל־אַרכיטעקטור אינספּירירט פֿון דער נאַטור. דורכן ניצן אָפּדרוקערס מיט דרײַ אויסמעסטונגען (3D printers בלע״ז), שאַפֿט זי פֿון גלאָז כּלערליי כּלים, שטובזאַכן, און נאָך. דאָס הייסע גלאָז ווערט אויפֿגעבויט מיט די 3D־אָפּדרוקערס אַ שיכט איבער אַ שיכט, לויט די מוסטערס, וועלכע אָקסמאַן האָט קאָדירט. אויף דער אויסשטעלונג, זעט מען, למשל, גלאָז־כּלים מיט אַזעלכע אָרגאַנישע בויגנס, ענלעך געבויט לויט דעם שטאַם פֿון אַ ציפּרעס-בוים. אָקסמאַנס סעריע פֿון דורכזיכטיקע סטרוקטורן דריקט אויס איין מוסטער פֿון דעם וואָס, זי גלייבט, זענען בבֿחינת דעמאָקראַטיזירנדיקע שיטות פֿונעם פּראָדוצירן, וואָס זי פֿאַרגלײַכט צו יאָהאַנעס גוטענבערגס רעוואָלוציע בײַם אויסטראַכטן די סאַמע ערשטע דרוקערײַ אינעם 15טן יאָרהונדערט.
דער „קופּער־היויִט מוזיי פֿון דיזײַן‟ דעפֿינירט פֿון דאָס נײַ וואָס עס הייסט אַ מוזיי־באַזוך. אַזוי ווי אָקסמאַן זאָגט, ווײַזט דער מוזיי ווי מע קען דעמאָקראַטיזירן דאָס געביט — דיזײַן דורך איר שיטה פֿון פּראָדוצירן. די אינטעראַקטיווע איבערלעבונג גיט יעדן באַזוכער די געזונטע פֿאַנטאַזיע, אַז אויך ער, אָדער זי, איז פֿעיִק צו שאַפֿן און צו פֿאַרקלערן די וועלט אַרום זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.