שפּאַצירנדיק דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, דעם צווייטן טאָג פּסח, איבער די גאַסן, איז מיר קלאָר געוואָרן פֿאַר וואָס דער חודש ניסן ווערט פֿאַררעכנט ווי דער ערשטער חודש פֿונעם ייִדישן לוח.
אויף די ביימער האָבן זיך געשפּראָצט קנאָספּן פֿון כּלערליי פֿאַרבן, און מע האָט שוין געקענט שמעקן די זיסע ריחות פֿונעם ציגנבלאַט (honeysuckle, בלע״ז) און קאַלענע־בוים (viburnum).
פּונקט ווי די געוויקסן באַנײַען זיך נאָכן קאַלטן ווינטער, באַקומען מיר, די בני־אָדם, אויך צו פֿרישע כּוחות און ווערן אינספּירירט אויסצופּרוּוון נײַע זאַכן אין לעבן. דערפֿאַר זעט מיר אויס ממש ווי באַשערט, וואָס איך הייב אָן מײַן קאַדענץ ווי דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר טאַקע פּסח־צײַט, פֿרילינג־צײַט — דער סעזאָן פֿון באַנײַונג; און בפֿרט, אַז הײַיאָר הייבט זיך אָן דאָס 120סטע יאָר פֿון אונדזער עקזיסטענץ.
במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן און חדשים וועט איר, די לייענער, אַליין זען אַ צאָל ענדערונגען אינעם „פֿאָרווערטס‟ — סײַ אויף אונדזער וועבזײַט, סײַ אין דער צײַטונג. אין דעם איצטיקן נומער, למשל, אויף זײַט 13, קענט איר לייענען אַ נײַע מעדיצינידע רובריק: „פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער‟, וווּ ד״ר שלום בערגער ענטפֿערט די שאלות פֿון צוויי „פֿאָרווערטס‟־לייענער. מיר פֿאַרבעטן אײַך אויך אַרײַנצושיקן אײַערע שאלות אויפֿן אַדרעס: sholemberger@yiddish.forward.com. ד״ר שלום בערגער איז אַ פּראָפֿעסאָר פון מעדיצין אין דער „דזשאָנס האָפּקינס מעדיצינישער שול‟ און דער מחבר פֿונעם בוך Talking to Your Doctor [ווען איר רעדט מיט אײַער דאָקטער] — אַ וועגווײַזער פֿאַרן פּאַציענט, ווי אַזוי אויפֿצוהאַלטן אַ גוטע קאָמוניקאַציע מיטן דאָקטער, נישט בלויז בעת דער גוף־באַטראַכטונג, נאָר אין אַלגעמיין.
די פֿון אײַך וועלכע האָבן נאָך נישט באַזוכט די „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט (yiddish.forward.com), מוטיקן מיר אײַך שטאַרק עס צו טאָן, ווײַל אונדזערע כּוחות וועלן מיר פֿון איצט אָן קאָנצענטרירן, דער עיקר, דאָרטן, צוליב פֿאַרשידענע סיבות. ערשטנס, קען מען דאָרט, אַחוץ די אַרטיקלען, אויך הנאה האָבן פֿון ייִדישע ווידעאָס און געזאַנג — צוויי זאַכן, וואָס ציִען טאַקע צו אַ סך מענטשן צו אונדזער וועבזײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.