שפּאַצירנדיק דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, דעם צווייטן טאָג פּסח, איבער די גאַסן, איז מיר קלאָר געוואָרן פֿאַר וואָס דער חודש ניסן ווערט פֿאַררעכנט ווי דער ערשטער חודש פֿונעם ייִדישן לוח.
אויף די ביימער האָבן זיך געשפּראָצט קנאָספּן פֿון כּלערליי פֿאַרבן, און מע האָט שוין געקענט שמעקן די זיסע ריחות פֿונעם ציגנבלאַט (honeysuckle, בלע״ז) און קאַלענע־בוים (viburnum).
פּונקט ווי די געוויקסן באַנײַען זיך נאָכן קאַלטן ווינטער, באַקומען מיר, די בני־אָדם, אויך צו פֿרישע כּוחות און ווערן אינספּירירט אויסצופּרוּוון נײַע זאַכן אין לעבן. דערפֿאַר זעט מיר אויס ממש ווי באַשערט, וואָס איך הייב אָן מײַן קאַדענץ ווי דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקטאָר טאַקע פּסח־צײַט, פֿרילינג־צײַט — דער סעזאָן פֿון באַנײַונג; און בפֿרט, אַז הײַיאָר הייבט זיך אָן דאָס 120סטע יאָר פֿון אונדזער עקזיסטענץ.
במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן און חדשים וועט איר, די לייענער, אַליין זען אַ צאָל ענדערונגען אינעם „פֿאָרווערטס‟ — סײַ אויף אונדזער וועבזײַט, סײַ אין דער צײַטונג. אין דעם איצטיקן נומער, למשל, אויף זײַט 13, קענט איר לייענען אַ נײַע מעדיצינידע רובריק: „פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער‟, וווּ ד״ר שלום בערגער ענטפֿערט די שאלות פֿון צוויי „פֿאָרווערטס‟־לייענער. מיר פֿאַרבעטן אײַך אויך אַרײַנצושיקן אײַערע שאלות אויפֿן אַדרעס: sholemberger@yiddish.forward.com. ד״ר שלום בערגער איז אַ פּראָפֿעסאָר פון מעדיצין אין דער „דזשאָנס האָפּקינס מעדיצינישער שול‟ און דער מחבר פֿונעם בוך Talking to Your Doctor [ווען איר רעדט מיט אײַער דאָקטער] — אַ וועגווײַזער פֿאַרן פּאַציענט, ווי אַזוי אויפֿצוהאַלטן אַ גוטע קאָמוניקאַציע מיטן דאָקטער, נישט בלויז בעת דער גוף־באַטראַכטונג, נאָר אין אַלגעמיין.
די פֿון אײַך וועלכע האָבן נאָך נישט באַזוכט די „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט (yiddish.forward.com), מוטיקן מיר אײַך שטאַרק עס צו טאָן, ווײַל אונדזערע כּוחות וועלן מיר פֿון איצט אָן קאָנצענטרירן, דער עיקר, דאָרטן, צוליב פֿאַרשידענע סיבות. ערשטנס, קען מען דאָרט, אַחוץ די אַרטיקלען, אויך הנאה האָבן פֿון ייִדישע ווידעאָס און געזאַנג — צוויי זאַכן, וואָס ציִען טאַקע צו אַ סך מענטשן צו אונדזער וועבזײַט.
ווי אַזוי ווייסן מיר דאָס? ווײַל אַ דאַנק דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, קענען מיר זיך דערוויסן נישט בלויז וויפֿל מענטשן קומען צו אונדזער וועבזײַט, נאָר אויך וועלכע אַרטיקלען און ווידעאָס זיי „באַזוכן‟. געוויסע ווידעאָס אונדזערע זענען אַזוי פּאָפּולער, אַז במשך פֿון אַ חודש קומען צו אונדז מער ווי טויזנט מענטשן!
אַ צווייטע סיבה פֿאַר וואָס מיר וועלן זיך אַ סך פֿאַרנעמען מיט דער וועבזײַט איז ווײַל עס זענען דאָ אַ סך מענטשן, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, אָבער ווילן שטיצן דעם „פֿאָרווערטס‟. פֿאַר זיי זענען די ווידעאָס ווי צוגעמאָסטן, ווײַל כּמעט אַלע ווערן באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. צווישן די פֿאַרשידנאַרטיקע טעמעס פֿון די ווידעאָס: לעבעדיקע טורן פֿון די פֿרומע ייִדישע געגנטן אין ברוקלין, אָנגעפֿירט פֿונעם באַרימטן חסידישן פּאָפּ־זינגער, ר׳ ליפּא שמעלצער; פּראָגראַמען וואָס ווײַזן ווי צו מאַכן היימישע ייִדישע מאכלים; קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער, און באַריכטן פֿון הײַנטיקע ייִדישע אונטערנעמונגען.
די וועבזײַט איז אויך זייער גוט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדיש, ווײַל ווען מע ווייסט נישט דעם טײַטש פֿון אַ געוויס וואָרט אין אַן אַרטיקל, קען מען מיט איין „קוועטש‟ גלײַך באַקומען זײַן ענגלישע איבערזעצונג. ממש ווי אַ כּישוף־רינגל!
די דריטע סיבה פֿאַר וואָס מיר פֿאָקוסירן אונדזערע כּוחות אויף דער וועבזײַט איז ווײַל זי קאָסט נישט קיין געלט. איבער דער וועלט האַלט אין איין וואַקסן די צאָל מענטשן, וואָס לייענען זייערע צײַטונגען און זשורנאַלן דורך דער אינטערנעץ, ווײַל ס׳איז גרינגער אָנצודרייען אַ קאָמפּיוטער, איידער צו גיין קויפֿן די צײַטשריפֿטן אָדער באַשטעלן זיי דורך דער פּאָסט. און אַוודאי געפֿעלט זיי, אַז זיי קריגן עס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
די געדרוקטע צײַטונג וועלן מיר במשך פֿונעם קומעדיקן חודש אויך אין גאַנצן איבערמאַכן. מיר וועלן פֿאַרגרעסערן די גרייס פֿון די אותיות, כּדי די אַרטיקלען זאָלן זײַן גרינגער צו לייענען, און וועלן אײַנפֿירן אַ נײַעם, שענערן פֿאָרמאַט. לויט אַן אַנקעטע, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דורכגעפֿירט מיט אַ האַלב־יאָר צוריק, זענען אונדזערע לייענער מער פֿאַראינטערעסירט אין נײַעס און אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, איידער די פּאָליטישע נײַעס. האָבן מיר באַשלאָסן טאַקע צו פֿאַרוואַנדלען אונדזער צײַטונג אין אַ חודשלעכן זשורנאַל מיט ידיעות וועגן דער הײַנטיקער „ייִדיש־סצענע‟; נײַע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש און דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע, און אַ רובריק פֿון נײַע, נאָך נישט אָפּגעדרוקטע דערציילונגען און לידער.
מיר האָפֿן, אַז איר וועט הנאה האָבן פֿון אַלע צוגאָבן און ענדערונגען אינעם „פֿאָרווערטס‟, און אַז איר וועט אויך לאָזן אײַערע פֿרײַנד און באַקאַנטע וויסן — אַפֿילו די וועלכע קענען נישט קיין ייִדיש — בעת מיר הייבן אָן דאָס 120סטע יאָר פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג אין דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.