ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 28, 2016, issue of May 27, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ישׂראלדיקער חזן נתניאל אילאָוויצקי מאַכט קאָנצערט אין דער גרויסער ייִדישער כאָרשיל

מאָסקווער ייִדישע קהילות האָבן ברייט געפּראַוועט פּסח. אין סדרים האָבן אָנטייל גענומען איבער 2,000 מענטשן, וואָס איז אַ סך פֿאַר מאָסקווע, וווּ דאָס רובֿ ייִׅדן זענען וועלטלעכע. נאָך מער מענטשן האָבן געקויפֿט מצות אין ייִׅדישע קראָמען.

צו די ייִדישע קהילות האָבן זיך געוואָנדן די העכסטע רוסישע טשינאָווניקעס. זייערע באַגריסונגען צו דעם יום־טובֿ האָבן צוגעשיקט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, זײַנע מיניסטאָרן און דעפּוטאַטן.

אין דער גרויסער ייִדישער כאָרשיל האָט געפֿירט די תּפֿילות דער חזן נתניאל אילאָוויצקי, וואָס איז געקומען פֿון ישׂראל לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. מיטוואָך דעם 27סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אַ גרויסן קאָנצערט פֿון חזנות, געזונגען פֿון אילאָוויצקי און דעם כאָר פֿון דער שיל, מיט דער באַגלייטונג פֿון דער „יוסף־קאַפּעליע‟.

הזכּרה־צערעמאָניעס מערקן אָפּ ליקווידירונג פֿון וואַרשעווער געטאָ

די טעג מערקט מען אויך אָפּ דעם יאָרצײַט פֿונעם ליקווידירן די וואַרשעווער געטאָ. אין די ייִׅדישע קהילות פֿון אַ צאָל רוסלענדישע שטעט זענען פֿאָרגעקומען מעמאָריאַלע אָוונטן לזכר די קרבנות פֿון חורבן; דער גרעסטער — אין וואָלגאָגראַד, אַ שטאָט אין דרום־רוסלאַנד. אין אים האָבן אָנטייל גענומען עלטערע מענטשן, געוועזענע אסירים פֿון געטאָס, „די קינדער פֿון סטאַלינגראַד‟ און וועטעראַנען פֿון דער מלחמה, ווי אויך היגע רבנים, תּלמידים פֿון דער ייִׅדישער שול און טשינאָווניקעס.