מאָסקווער ייִדישע קהילות האָבן ברייט געפּראַוועט פּסח. אין סדרים האָבן אָנטייל גענומען איבער 2,000 מענטשן, וואָס איז אַ סך פֿאַר מאָסקווע, וווּ דאָס רובֿ ייִׅדן זענען וועלטלעכע. נאָך מער מענטשן האָבן געקויפֿט מצות אין ייִׅדישע קראָמען.
צו די ייִדישע קהילות האָבן זיך געוואָנדן די העכסטע רוסישע טשינאָווניקעס. זייערע באַגריסונגען צו דעם יום־טובֿ האָבן צוגעשיקט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, זײַנע מיניסטאָרן און דעפּוטאַטן.
אין דער גרויסער ייִדישער כאָרשיל האָט געפֿירט די תּפֿילות דער חזן נתניאל אילאָוויצקי, וואָס איז געקומען פֿון ישׂראל לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. מיטוואָך דעם 27סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אַ גרויסן קאָנצערט פֿון חזנות, געזונגען פֿון אילאָוויצקי און דעם כאָר פֿון דער שיל, מיט דער באַגלייטונג פֿון דער „יוסף־קאַפּעליע‟.
די טעג מערקט מען אויך אָפּ דעם יאָרצײַט פֿונעם ליקווידירן די וואַרשעווער געטאָ. אין די ייִׅדישע קהילות פֿון אַ צאָל רוסלענדישע שטעט זענען פֿאָרגעקומען מעמאָריאַלע אָוונטן לזכר די קרבנות פֿון חורבן; דער גרעסטער — אין וואָלגאָגראַד, אַ שטאָט אין דרום־רוסלאַנד. אין אים האָבן אָנטייל גענומען עלטערע מענטשן, געוועזענע אסירים פֿון געטאָס, „די קינדער פֿון סטאַלינגראַד‟ און וועטעראַנען פֿון דער מלחמה, ווי אויך היגע רבנים, תּלמידים פֿון דער ייִׅדישער שול און טשינאָווניקעס.
דער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך פֿון דער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿראַנסין פּראָוז מיטן נאָמען „אַנאַ פֿראַנק: דאָס בוך, דאָס לעבן‟, אין דער רוסישער איבערזעצונג. די שרײַבערין דערציילט וועגן אַנאַ פֿראַנקס קורץ לעבן און אַנאַליזירט די לענגערע געשיכטע פֿון געפֿינען און פֿאַרעפֿנטלעכן איר טאָגבוך. זי באַטראַכט אויך די וויכּוחים אַרום דער אויטענטישקייט פֿונעם טעקסט און ברענגט אַרויס איר מיינונג וועגן די ליטעראַרישע מעלות פֿונעם טעקסט.
אין מאָסקווער חב״ד־קהילה־צענטער ווערט צוגעגרייט אַ מאָנאָספּעקטאַקל, געווידמעט יאַנוש קאָרטשאַקן.
אין מאָסקווע האָט מען פֿאַראייביקט דעם אָנדענק פֿון דער גרויסער רעזשיסאָרין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, טאַטיאַנאַ ליאָזנאָוואַ. אויף דעם בנין פֿון קינאָ־סטודיע אויף מאַקסים גאָרקיס נאָמען האָט מען אַנטפּלעקט אַ מעמאָריעל ברעטל, געווידמעט דער רעזשיסאָרין. ליאָזנאָוואַ איז באַקאַנט און באַליבט אין רוסלאַנד, קודם־כּל, צוליב איר פֿילם „17 רגעס פֿון פֿרילינג‟, געווידמעט דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַן הויפּט־העלד איז שטירליץ, אַ נאַצישער הויך־געשטעלטער טשינאָווניק, וואָס איז אין דער אמתן אַ סאָוועטישער שפּיאָן. דער פֿילם איז געוואָרן אָן אַ שיעור פּאָפּולער, און כּמעט אַלע דערוואַקסענע תּושבים פֿון רוסלאַנד האָבן אים געזען. דער אײַנפֿאַל צו שטעלן אַ מעמאָריעל־טאָוול איז געקומען פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער סטודיע, יעקבֿ קאַלער, וואָס איז געווען ליאָזנאָוואַס אַ קאָלעגע און אַ גוטער חבֿר. די צערעמאָניע האָט געזאַמלט אַ סך טוער פֿון קינאָ און טעלעוויזיע, און דער זינגער יוסף קאָבזאָן האָט אויסגעפֿילט דאָס פּאָפּולערסטע ליד פֿונעם פֿילם.
דער צענטער פֿון קולטור־לעבן איז די טעג דער נײַער מאָסקווער ייִׅדישער מוזיי. אַחוץ די צוויי אויסשטעלונגען וואָס קומען פֿאָר דאָרטן די טעג, ציִען דעם עולם צו אויך עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן און אַנדערע אַזעלכע באַגעגענישן. דינסטיק דעם 20סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען אַ רעפֿעראַט, געווידמעט צוויי ייִדישע קינסטלערס־אַוואַנגאַרדיסטן: חיים סוטין און איליאַ טשאַשניק, ביידע תּלמידים פֿון מאַלעוויטש און סופּרעמאַטיסטן. דאָנערשטיק דעם 21סטן אַפּריל איז באַוויזן געוואָרן דער פֿילם „אַ שיל אין גוואָזדעץ: אַנטדעקנדיק די פֿאַרשוווּנדענע וועלט‟, געמאַכט אין אַמעריקע אין 2015 (די רעזשיסאָרן זענען יאַרי און קערי וואָלינסקי). דער פֿילם איז געווידמעט דעם אויפֿטו פֿון עטלעכע הונדערטער מענטשן: אינעם פּוילישן שטעטל סאַנאָק האָט מען אויפֿגעבויט אַ קאָפּיע פֿון דער הילצערנער שיל אין גוואָזדעץ (אוקראַיִנע), באַרימט צוליב איר שיינעם דעקאָר. אינעם בוי האָבן אָנטייל גענומען איבער 300 מענטשן פֿון 16 לענדער. אינעם פֿילם ווערט געוויזן, ווי אין משך פֿון בויען עפֿנט זיך פֿאַר די בויערס ווי אויך פֿאַר היגע תּושבֿים אַ גאַנצענע אַנדערע וועלט, וואָס איז שוין מער ניטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.