נישט לאַנג צוריק איז אין תּל־אָבֿיבֿ אַרויס די פּאָעטישע זאַמלונג „אָפּגעברענטע שטעט‟ פֿונעם ייִדישן פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו. דאָס נײַע בוך, רעדאַגירט דורך וועלוול טשערנין און צוגערייט צום דרוק דורך מיכאל פֿעלזענבאַום, איז דער ערשטער באַנד אין דער ביכער־סעריע „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור‟.
נעקראַסאָוו וווינט אין פּעטערבורג, רוסלאַנד, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1970. ווי באַקאַנט, האָט די גרויסע סאָוועטישע שטאָט דעמאָלט געהייסן לענינגראַד. ווי טשערנין דערקלערט איז זײַן נאָכוואָרט, שטעלט מיט זיך פֿאָר די נײַע לידער־זאַמלונג דאָס ערשטע בוך אויף ייִדיש פֿון אַ פּאָסט־סאָוועטישן רוסלענדישן ייִדישן שרײַבער.
אַ סך באַקאַנטע פֿיגורן אויף דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־סצענע שטאַמען פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער וווינען אין די מערבֿדיקע לענדער אָדער אין ארץ־ישׂראל. אַ צאָל מחברים, וואָס וווינען הײַנט אין רוסלאַנד, פּובליקירן זיך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע אויסגאַבעס, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟. הײַנט איז צום ערשטן מאָל דערשינען אַ בוך פֿון אַ באַגאַבטן און אייגנאַרטיקן ייִדישן פּאָעט, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט זײַן גאַנץ לעבן אין רוסלאַנד און פֿאַרנעמט זיך ווײַטער מיט ייִדיש־טעטיקייט אינעם לאַנד.
ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער רעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם בוך, וועלוול טשערנין, האָט נאָך פֿריִער, אינעם יאָר 2007, אַרויסגעגעבן זײַן זאַמלונג ייִדישע לידער אין מאָסקווע. אין פֿאַרגלײַך מיט נעקראַסאָוון, וווינט ער אָבער שוין לאַנג אין ארץ־ישׂראל.
נעקראַסאָווס נאָמען איז שוין גוט באַקאַנט דעם הײַנטיקן לייענער. זײַנע ערשטע לידער אויף ייִדיש זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2003, אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „דער באַוועבטער ייִד‟. שפּעטער, האָט ער פּובליקירט זײַנע ווערק אין „די צוקונפֿט‟, „יוגנטרוף‟, „טאָפּלפּונקט‟ און אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס.
אַ קענער פֿון וועלט־ליטעראַטור וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך האָט אויסגעקליבן אַ פּסעוודאָנים, אויפֿן סמך פֿונעם רוסישן פּאָעט — דער קלאַסיקער, ניקאָלײַ נעקראַסאָוו. נישט איין מאָל האָב איך שוין געהערט אַזאַ השערה. ניין, ישׂראל (איזיע) נעקראַסאָוו איז דער אמתער נאָמען פֿונעם פּאָעט, באַקאַנט אויך ווי איינער פֿון די „וועטעראַנען‟ צווישן די פּעטערבורגער שיל־מתפּללים פֿונעם ייִנגערן דור. ער איז אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ שומר־שבת מיט אַ יאַרמלקע.
נישט ווייניק פּאָעטישע ווערק, וואָס זענען דערשינען אויף ייִדיש אינעם נײַעם יאָרטויזנט, האָבן אַ גראַפֿאָמאַנישן טעם און חזרן איבער די זעלביקע „פּאַרעווע‟ לירישע מאָטיוון. להיפּוך, איז נעקראַסאָוו אַ יחיד־במינו. דעם אוניקאַלן סטיל פֿון זײַנע איראָנישע ווערק, צוגעווירצט מיט אַ היפּשער דאָזע פֿונעם שוואַרצן הומאָר, איז גרינג צו דערקענען. ס׳איז אָבער צומאָל שווער צו דערקענען אין זײַנע לידער די גרענעץ צווישן חוזק און מרה־שחורה.
צווישן גיפּסענע דעלפֿינען,
שטרענגע אַרבעטער און מיידלעך
האָב איך נאָכאַמאָל פֿאַרלוירן
דאָס באַוווּסטזײַן און דעם בײַטל.
מיט אַזעלכע ווערטער הייבט זיך אָן נעקראַסאָווס ליד „אין פּאַרק‟. די אומאָנגענעמע סצענע פֿונעם באַגנבֿעט ווערן בעתן שיכּורן חלשות האָט דער פּאָעט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ליריש ליד.
בײַ מײַנע שכנים אין קוואַרטיר
קומט ווידער פֿאָר אַ פֿײַערונג.
דערלויב מיר עפּעס טאָן מיט דיר,
מײַן צערטלעכע, מײַן טײַערע.
דאָ מאַכט נעקראַסאָוו חוזק פֿונעם לירישן סטיל גופֿא. אַנשטאָט די איבערגעקײַטע ליבע־מאָטיוון בנוסח „בײַ מיר ביסטו שיין‟ שילדערט ער, ווי אַזוי מענטשלעכע באַציִונגען זעען אויס אינעם רעאַלן לעבן. אַ מאַן טשעפּעט זיך ווידער צו אַ געליבטער, און זי שפּרינגט יעדעס מאָל פֿון אים אַוועק.
פֿאַרקערט, דער פּאָעט האָט פֿאַרוואַנדלט די טעמע פֿון הפֿקרות אין אַ מין ליריש־פֿילאָסאָפֿישער מעדיטאַציע אין זײַן ליד וועגן דעם „שיכּורן סאַמורײַ‟, וועלכער איז פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן אין דער וועלט, אָבער „טאָר ניט אויפֿהערן צו זוכן דעם וועג צווישן טויזנטער וועגן‟.
איציק מאַנגער און ה. לייוויק האָבן ביידע אָנגעשריבן לידער, וווּ עס טרעפֿט זיך פּינקטלעך די זעלביקע פֿראַזע. בײַ מאַנגערן שטייט אַ בוים אײַנגעבויגן אויפֿן וועג, און בײַ לייוויקן — אויפֿן פֿעלד. אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן טשיקאַוון פֿילאָלאָגישן פֿאַקט האָט נעקראַסאָוו נאָכגעמאַכט מאַנגערס באַרימט ליד און אָנגעשריבן אַ פֿינצטערע פּאַראָדיע וועגן די פֿייגל, וואָס אײַלן זיך אויסצופּיקן די אויגן פֿון אַ מענטש, וואָס הענגט אויסגעצויגן אויפֿן בוים.
נעקראַסאָוו האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט באַשלאָסן אָנצוהייבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש נאָכן באַזוכן ניו־יאָרק. איך געדענק, אַז ווען ער האָט פֿאַרבראַכט שבת און זונטיק מיט מיר אין קווינס, האָבן מיר אַ סך געשמועסט וועגן ייִדיש און וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. דעמאָלט האָט ער אויך באַשלאָסן צו גרינדן דעם איינציקן זשורנאַל אויף ייִדיש אינעם דעמאָלטיקן רוסלאַנד, „דער נײַער פֿרײַנד‟. צוליב טעכנישע סיבות האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן בלויז צוויי נומערן, אין 2004 און 2005.
אַחוץ אַ ריי „כוליגאַנישע‟ טשיקאַוועסן, זענען ס׳רובֿ לידער אין דער נײַער זאַמלונג גאַנץ ערנסטע. ווי טשערנין באַמערקט ריכטיק אין זײַן נאָכוואָרט, שפּילן דרײַ טעמעס די גרעסטע ראָלעס אין נעקראַסאָווס ווערק: די נאַטור, ליבע און עלנטקייט. דער פּאָעט איז אָבער דווקא נישט עלנט אין זײַן שעפֿערישער טעטיקייט; ער פֿירט ייִדיש־קלאַסן אין פּעטערבורג און זעצט כּסדר איבער ראָמאַנען פֿון יצחק באַשעוויסן און אַנדערע גרויסע ייִדישע שרײַבער אויף רוסיש. נישט לאַנג צוריק איז אַרויס זײַן איבערזעצונג פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס געזאַמלטע פּראָזאַיִשע ווערק.
נאָך דער „פּערעסטרויקע‟, ווען די עקאָנאָמיע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן און די פּראָפֿעסיע פֿונעם לערער און שפּראַכן־קענער האָט נישט געטויגט ווי אַ פּרנסה, שוין אָפּגערעדט פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדיש־טעטיקייט, האָט נעקראַסאָוו זיך פֿאַרנומען מיט פֿיזישער אַרבעט; זײַן עיקר־פּרנסה איז דעמאָלט געווען סטאָליערײַ.
נעקראַסאָוו האָט איבערגעגעבן, אַז ער געדענקט נישט אַליין, פֿאַרוואָס ער האָט באַשלאָסן אָנצורופֿן זײַן זאַמלונג „אָפּגעברענטע שטעט‟. דאָס בוך איז שוין געווען גרייט מיט יאָרן צוריק, אָבער צוליב פֿינאַנציעלע סיבות האָט זיך עס אײַנגעגעבן אַרויסצוגעבן ערשט הײַנט. אַזוי צו אַזוי, שטימט דער נאָמען גאַנץ גוט מיטן ערשטן ליד אין דער זאַמלונג, וווּ עס ווערט באַוויינט דער אַמאָליקער לענינגראַד, וועלכער האָט זיך הײַנט פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנדער שטאָט, צום גוטן צי צום שלעכטן. כּסדר באַנוצט זיך דער מחבר מיטן לעקסיקאָן פֿונעם רוסישן ייִדיש. למשל, דאָס דערמאָנטע ליד וועגן דער פֿאַרלוירענער היימשטאָט הייבט זיך אָן מיט דער שורה וועגן אַ שקאָלע (שול):
מײַן קינדהייט. אַ רוסישע שקאָלע,
מײַן שטאָט, וואָס זי ווייסט ניט איר נאָמען,
טראַמווײַען מיט טירעלעך שמאָלע
און ריזיקע, ליידיקע קראָמען.
מײַן שטאָט איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן,
און ס׳הויערט זי הײַנט אין די הימלען,
און ס׳גייען אין שעהען אי יאָרן
ווי אַלטע סאָוועטישע פֿילמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.