(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס סאָװעטישע אַכזריות האָט געגעבן די דײַטשן אַ תּירוץ פֿאַר אָנהעצן די אוקראַיִנער קעגן די ייִדן. די אָנפֿירער פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן אויסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט, כּדי אַרױסצוװײַזן זײער געטרײַשאַפֿט צו די נײַע בעלי־הבתּים. זײ האָבן זיך געריכט, אַז די דײַטשן װעלן זײ דערלױבן צו שאַפֿן אַן אײגענע מדינה אונטער דעם דײַטשישן פּראָטעקטאָראַט. אָבער די דײַטשן האָבן געהאַט אַנדערע פּלענער. די היסטאָריקער אַמפּערן זיך עד־היום, װי װײַט זײַנען די אָנפֿירער פֿון אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אינעם בלוטיקן פּאָגראָם, אָבער עס איז ניט קײן ספֿק, אַז זײ האָבן אים געשטיצט, װײַל לכתּחילה האָבן זיך די דײַטשן אַפֿילו ניט אַרײַנגעמישט.
סוף־כּל־סוף, האָבן די דײַטשן צונױפֿגעטריבן אַלע לעמבערגער ייִדן אינעם געטאָ און האָבן זיך מעטאָדיש גענומען זיי אומצוברענגען. אַמאַר רעקאָנסטרויִרט, אױפֿן סמך פֿון אַרכיװאַלע דאָקומענטן און זכרונות, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן אין דער אָקופּירטער שטאָט צװישן די יאָרן 1941 און 1944. ער באַטאָנט ספּעציעל, װי די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג און די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע האָבן געראַבעװעט ייִדיש האָב־און־גוטס. די קאָרופּציע איז געװען אַזױ שטאַרק, אַז די בערלינער מאַכט האָט זיך געהאַלטן פֿאַר נײטיק זיך אַרײַנצומישן. אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָבן אוקראַיִנער און פּאָליאַקן װײַטער געפֿירט זײער מלחמה פֿאַר דער שטאָט. זײער קאַמף איז געװאָרן אַלץ מער בלוטיק צום סוף פֿון דער אָקופּאַציע. די שטאָט איז באַפֿרײַט געװאָרן דורך די חיילות פֿון דער פּױלישער „הײם־אַרמײ‟, אָבער באַלד איז זי װידער אַרײַן אין די הענט פֿון די סאָװעטן.
די סאָװעטישע פּאָליטיק נאָך דער מלחמה איז געװען אַנדערש אײדער פֿאַר 1941. דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט פּױלן װעגן אַ „באַפֿעלקערונג־אױסטױש‟. פֿון דער סאָװעטישער אוקראַיִנע האָט מען דעפּאָרטירט כּמעט אַלע פּאָליאַקן קײן פּױלן, בעת די פּױלישע מאַכט האָט אַרױסגעשיקט אוקראַיִנער פֿון פּױלן לעבֿר דער סאָװעטישער גרענעץ. די װיכטיקסטע פּאָזיציעס אין לעמבערג האָבן װידער פֿאַרנומען די געטרײַע קאָמוניסטישע קאַדרען פֿון מיזרח־אוקראַיִנע. אַזױ אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער קאָנפֿליקט, דאָס מאָל צװישן די אָרטיקע און די נײַ־געקומענע אוקראַיִנער.
צװישן די נײַע תּושבֿים זײַנען אױך געװען אַ צאָל ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ האָבן געשאַפֿן אַן אַקטיװע קהילה, װאָס האָט גערײצט די קאָמוניסטישע מאַכט. אַמאַר באַשרײַבט פּרטימדיק די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דעם, װי די אָרטיקע מאַכט האָט פֿאַרמאַכט די שיל בעת דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין 1962. דעמאָלט האָט די קאָמוניסטישע מאַכט מחיה־מתים געװען די אוראַלטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן פֿון ייִדן װי „ספּעקולאַנטן‟ און „געשעפֿטס־מאַכער‟. אַזױ אַרום איז די שטאָט לעמבערג אַרײַן אין דער נײַער תּקופֿה מיט אַ שװערער ירושה פֿון רדיפֿות און געװאַלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.