ייִדישע אותיות אויפֿן רוסישן עקראַן

Jewish Letters on Russian TV

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 10, 2016, issue of May 27, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אויפֿן „יוטוב‟ באַוויזן אַ קורצער רוסישער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם רוסישן אַלף־בית, אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „ווידעאָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון אונדזער לאַנד‟, אויך באַקאַנט ווי „מיר וווינען אין רוסלאַנד‟. 

דער צוועק פֿונעם פּראָיעקט באַשטייט אינעם באַקענען די רוסישע קינדער מיט דער פֿאַרשיידנאַרטיקער קולטור פֿון זייער לאַנד, וווּ עס וווינען 150פֿאַרשיידענע פֿעלקער.

דער איין־מינוטיקער פֿילם הייבט זיך אָן מיטן הערב פֿון ביראָבידזשאַן און דער פֿאָן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דאָס שטימט טאַקע, אַוודאי, מיטן  הויפּט־צוועק פֿונעם מלוכיש־סובסידירטן סעריאַל — צו ווײַזן, אַז רוסלאַנד איז אַ פֿאַרשיידנאַרטיק מולטי־קולטורעל לאַנד. 

ווײַטער ווערט דערקלערט, אַז די ייִדישע שול־קינדער זענען גליקלעך, ווײַל זיי מוזן זיך אויסלערנען בלויז 22 אותיות, און אַז יעדער אות טראָגט אַ באַדײַטפֿולן נאָמען. למשל, „חית‟ מיינט אַ צוים, און „טית‟ מיינט אַ שלאַנג. די עלטסטע אויפֿשריפֿטן אויף העברעיִש, ווי עס גיבן צו די מחברים פֿון דער אַנימאַציע, שטאַמען פֿון שלמה־המלכס צײַטן.

עטלעכע קאָמענטאַטאָרן האָבן זיך סאַרקאַסטיש אָפּגערופֿן וועגן דעם קורצן ווידעאָ־עפּיזאָד אויפֿן „יוטוב‟. גאַנץ ריכטיק האָבן זיי באַמערקט, אַז אַנשטאָט צו שילדערן די ייִדישע באַפֿעלקערונג ווי אַן אינטעגראַלן טייל פֿונעם לאַנד, שאַפֿט די אַנימאַציע אַ פֿאַרקערטן אײַנדרוק, אַז ייִדן געהערן צום מיטל־מיזרח, דערציילן נאָך אַלץ מעשׂיות וועגן שלמה המלך און בלויז על־פּי־צופֿאַל האָבן זיי אַרײַנגעוואַנדערט קיין רוסלאַנד.

דער מחבר פֿון די שורות האָט פֿאַרענטפֿערט אַ צאָל קשיות פֿון די קאָמענטאַטאָרן. איך האָב דערמאָנט די צוקוקער פֿונעם „יוטוב‟, אַז די טראַדיציאָנעלע גערעדטע שפּראַך פֿון ייִדן אין רוסלאַנד איז געווען ייִדיש, און נישט העברעיִש; אַז די נעמען פֿון די ייִדישע אותיות שיידן זיך אונטער אין דער רוסיש־אַשכּנזישער טראַדיציע פֿון די מאָדערנע הערבעיִשע, און דער ייִדישער אַלף־בית איז נישט קיין עקזאָטישע נאָווינע אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין ביראָבידזשאַן באַגריסן אָפֿיציעלע אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש די באַזוכער פֿון דער שטאָט. צוליב אומקלאָרע סיבות, זענען אַ טייל פֿון מײַנע קריטישע באַמערקונגען אָפּגעמעקט געוואָרן צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע קאָמענטאַרן.

אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז אויפֿן אינטערנעץ־קאַנאַל פֿון דער רוסלענדישער מלוכישער טעלעוויזיע האָט זיך באַוויזן אַ נײַער סימפּאַטישער פֿילם וועגן ייִדן. 

דער סעריאַל „מולטי־רוסלאַנד‟ אָדער „ווידעאָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון אונדזער לאַנד‟ איז אַ המשך פֿון אַ פֿריִערדיקער פֿאָלקלאָרישער אַנימאַציע־סעריע מיטן נאָמען „דער באַרג פֿון אַדשטיינער‟, געוויזן אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע פֿון 2004 ביז 2015. אַחוץ דעם פֿאָלקלאָר פֿון די טאָטערן, באַשקירן, קאַרעלן און אַנדערע פֿעלקער, וואָס באַזעצן גאַנצע ראַיאָנען פֿונעם לאַנד, וווּ זייער שפּראַך האָט אַן אָפֿיציעלן מלוכישן סטאַטוס, זענען אַ טייל אַנימאַציעס געווען געווידמעט די אוקראַיִנישע, ווײַסרוסישע, אַרמענישע, גרוזינישע און אַפֿילו קאָרעיִשע מעשׂיות.

אינעם יאָר 2013 האָט זיך אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע געוויזן אַן אַנדער אַנימאַציע־פֿילם וועגן ייִדן, ווי אַ טייל פֿונעם „אַדלשטיינער־באַרג”. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע פֿילמען אינעם סעריאַל, האָט זיך דער ייִדישער עפּיזאָד באַקומען נודנע און אומגעלומפּערט. אַנשטאָט קלאַסישע וווּנדער־מעשׂיות וועגן דעם גולם אָדער די מופֿתים וועגן די חסידישע צדיקים, וואָס וואָלטן געשטימט מיטן אַלגעמיינעם פֿאָלקלאָרישן גײַסט פֿונעם סעריאַל, ווערט דערציילט אויף אַן אומגעראָטענעם אופֿן וועגן דער אייביקייט פֿון דער ייִדישער מסורה. ענלעך צו די אומגעלומפּערטע קינדער־ביכלעך, וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט אין די הײַנטיקער ניו־יאָרקער חסידישע קראָמען, טראָגן די ייִדן אינעם אוראַלטן מצרים שוואַרצע רעקלעך און שטרײַמלעך. אַזאַ אַנאַכראָניזם וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ הינטערגרונג צו עפּעס אַ פֿאַרכאַפּנדיקן סיפּור־המעשׂה; אָן אַ קאָנקרעטן סוזשעט זעט עס אָבער אויס נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן.

וואָס שייך דעם ייִדישן אַלף־בית, גלייבן טאַקע די לינגוויסטן, אַז דער אות „חית‟ האָט לכתּחילה אויסגעזען ווי אַ צוים און דערפֿאַר טראָגט ער אַזאַ נאָמען. אַ דורכשניטלעכער ייִד און אַפֿילו אַ טראַדיציאָנעלער תּלמיד־חכם הייבן אָבער נישט אָן צו וויסן וועגן אַזעלכע אַסאָציאַציעס. נאָך צווייפֿלהאַפֿטיקער איז די היפּאָטעטישע אַסאָציאַציע פֿונעם „טית‟ מיט אַ שלאַנג. אַלע אותיות פֿונעם רוסישן אַלף־ּבית, וואָס שטאַמט פֿון מיטל־ׁעלטערלעכער בולגאַריע, האָבן פֿאַר דער רעוואָלוציע געטראָגן באַדײַטפֿולע נעמען, וואָס זענען מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר די הײַנטיקע רוסן, ווי אַזעלכע מיסטעריעזע אוראַלטע ווערטער ווי „חית‟ און „טית‟ פֿאַר אַ דורכשניטלעכן ייִד.

אין דער אמתן, זענען אין דער ייִדישער טראַדיציע פֿאַראַן אַ סך מעשׂיות וועגן דעם אַלף־בית, וואָס וואָלטן געקאָנט זיך גוט אַרײַנפּאַסן אינעם פֿאָלקלאָרישן סטיל פֿונעם רוסישן סעריאַל. אַ שאָד, אַז די שאַפֿער פֿון דער אַנימאַציע האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דער תּנ״כישער תּקופֿה, אַנשטאָט אַזעלכע מדרשים, ווי „אותיות דרבי עקיבֿא‟ אָדער חנעוודיקע מעשׂיות וועגן דעם בעל־שם־טובֿ, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז אינעם אַלף־בית שטעקט אַ ריזיקער מיסטישער כּוח. אָן קיין תּפֿילות און הייליקע שמות, בלויז איבערציילנדיק די אותיות, ווי אַ חדר־ייִנגל, מיט אַ גרויסער כּוונה, קאָן מען זיך אָפּראַטעווען פֿון ים־גזלנים און זאָגן די טײַערסטע תּפֿילה.

אינעם קלאַסישן מדרש „אותיות דרבי עקיבֿא‟ ווערן אַלע אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית געשילדערט ווי לעבעדיקע באַשעפֿענישן. די פֿאָרעם און דער נאָמען פֿון יעדן אות רעפּרעזענטירט זײַן כאַראַקטער און די ראָלע אינעם אוניווערס. די אותיות באַווײַזן זיך ווי מלאָכים אינעם בית־דין־של־מעלה; ווען דער אייבערשטער האָט געוואָלט באַשאַפֿן די וועלט, האָט יעדער אות געבעטן צו דינען ווי דער פֿאַרמיטלער אין דער בריאת־העולם. אָנהייבנדיק פֿונעם „תּוו‟, אינעם פֿאַרקערטן סדר, האָט דער רבונו־של־ׁעולם זיי אָפּגעזאָגט. למשל, דער „יוד‟ האָט געטענהט, אַז ער שטייט דאָך בראָש אינעם באַשעפֿערס הייליקן נאָמען, ווי אויך בײַם אָנהייב פֿון אַ ריי גאָר וויכטיקער פּסוקים. האָט דער אייבערשטער געעפֿנפֿערט: ניין, ווײַל „יצר הרע‟ הייבט זיך אָן אויך מיט אַ „יוד‟. 

ווען די אותיות האָבן זיך געווענדט צום באַשעפֿער, איז דער באַשיידענער „אַלף‟ געשטאַנען אויף דער זײַט און געשוויגן. דעם אות „בית‟, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז ער איז אַ געבענטשעטער, וואָס מיט אים הייבט זיך אָן דאָס וואָרט „ברוך‟, האָט דער אייבערשטער שוין מכבד געווען צו שטיין בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער תּורה, אינעם וואָרט „בראשית‟. האָט דער רבונו־של־עולם געפֿרעגט דעם „אַלף”: פֿאַרוואָס שווײַגסטו? האָט דער „אַלף‟ געענטפֿערט, אַז ער איז דאָך אַ נישטיקער אות, בגמטריא דער קלענסטער. דער אייבערשטער האָט געענטפֿערט, אַז ער אַליין איז דאָך אַליין דער איין־און־אייניציקער בורא־עולם, דערפֿאַר וועט ער אָנהייבן זײַנע צען געבאָט אין דער תּורה מיט אַן „אַלף‟.

אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז דער אַלגעמיינער רוסישער צוקוקער באַקענט זיך מיט די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור, אויב אַפֿילו אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מער פֿאַרכאַפּנדיקע סוזשעטן, ווי די דערמאָנטע מדרש־מעשׂה, וועלן זיך אויך אַמאָל באַווײַזן אויפֿן טעלעוויזיע־עקראַן.