ייִדישע אותיות אויפֿן רוסישן עקראַן

Jewish Letters on Russian TV

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 10, 2016, issue of May 27, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אויפֿן „יוטוב‟ באַוויזן אַ קורצער רוסישער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם רוסישן אַלף־בית, אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „ווידעאָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון אונדזער לאַנד‟, אויך באַקאַנט ווי „מיר וווינען אין רוסלאַנד‟. 

דער צוועק פֿונעם פּראָיעקט באַשטייט אינעם באַקענען די רוסישע קינדער מיט דער פֿאַרשיידנאַרטיקער קולטור פֿון זייער לאַנד, וווּ עס וווינען 150פֿאַרשיידענע פֿעלקער.

דער איין־מינוטיקער פֿילם הייבט זיך אָן מיטן הערב פֿון ביראָבידזשאַן און דער פֿאָן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דאָס שטימט טאַקע, אַוודאי, מיטן  הויפּט־צוועק פֿונעם מלוכיש־סובסידירטן סעריאַל — צו ווײַזן, אַז רוסלאַנד איז אַ פֿאַרשיידנאַרטיק מולטי־קולטורעל לאַנד. 

ווײַטער ווערט דערקלערט, אַז די ייִדישע שול־קינדער זענען גליקלעך, ווײַל זיי מוזן זיך אויסלערנען בלויז 22 אותיות, און אַז יעדער אות טראָגט אַ באַדײַטפֿולן נאָמען. למשל, „חית‟ מיינט אַ צוים, און „טית‟ מיינט אַ שלאַנג. די עלטסטע אויפֿשריפֿטן אויף העברעיִש, ווי עס גיבן צו די מחברים פֿון דער אַנימאַציע, שטאַמען פֿון שלמה־המלכס צײַטן.

עטלעכע קאָמענטאַטאָרן האָבן זיך סאַרקאַסטיש אָפּגערופֿן וועגן דעם קורצן ווידעאָ־עפּיזאָד אויפֿן „יוטוב‟. גאַנץ ריכטיק האָבן זיי באַמערקט, אַז אַנשטאָט צו שילדערן די ייִדישע באַפֿעלקערונג ווי אַן אינטעגראַלן טייל פֿונעם לאַנד, שאַפֿט די אַנימאַציע אַ פֿאַרקערטן אײַנדרוק, אַז ייִדן געהערן צום מיטל־מיזרח, דערציילן נאָך אַלץ מעשׂיות וועגן שלמה המלך און בלויז על־פּי־צופֿאַל האָבן זיי אַרײַנגעוואַנדערט קיין רוסלאַנד.

דער מחבר פֿון די שורות האָט פֿאַרענטפֿערט אַ צאָל קשיות פֿון די קאָמענטאַטאָרן. איך האָב דערמאָנט די צוקוקער פֿונעם „יוטוב‟, אַז די טראַדיציאָנעלע גערעדטע שפּראַך פֿון ייִדן אין רוסלאַנד איז געווען ייִדיש, און נישט העברעיִש; אַז די נעמען פֿון די ייִדישע אותיות שיידן זיך אונטער אין דער רוסיש־אַשכּנזישער טראַדיציע פֿון די מאָדערנע הערבעיִשע, און דער ייִדישער אַלף־בית איז נישט קיין עקזאָטישע נאָווינע אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין ביראָבידזשאַן באַגריסן אָפֿיציעלע אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש די באַזוכער פֿון דער שטאָט. צוליב אומקלאָרע סיבות, זענען אַ טייל פֿון מײַנע קריטישע באַמערקונגען אָפּגעמעקט געוואָרן צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע קאָמענטאַרן.

אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז אויפֿן אינטערנעץ־קאַנאַל פֿון דער רוסלענדישער מלוכישער טעלעוויזיע האָט זיך באַוויזן אַ נײַער סימפּאַטישער פֿילם וועגן ייִדן. 

דער סעריאַל „מולטי־רוסלאַנד‟ אָדער „ווידעאָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון אונדזער לאַנד‟ איז אַ המשך פֿון אַ פֿריִערדיקער פֿאָלקלאָרישער אַנימאַציע־סעריע מיטן נאָמען „דער באַרג פֿון אַדשטיינער‟, געוויזן אויף דער רוסלענדישער טעלעוויזיע פֿון 2004 ביז 2015. אַחוץ דעם פֿאָלקלאָר פֿון די טאָטערן, באַשקירן, קאַרעלן און אַנדערע פֿעלקער, וואָס באַזעצן גאַנצע ראַיאָנען פֿונעם לאַנד, וווּ זייער שפּראַך האָט אַן אָפֿיציעלן מלוכישן סטאַטוס, זענען אַ טייל אַנימאַציעס געווען געווידמעט די אוקראַיִנישע, ווײַסרוסישע, אַרמענישע, גרוזינישע און אַפֿילו קאָרעיִשע מעשׂיות.