(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ערשטע װעלט־מלחמה האָט גורם געװען אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט צװישן רױז און איר מאַן, װאָס האָט דערפֿירט צו זייער צעשײדונג. לכתּחילה האָבן זײ בײדע געשטיצט דאָס אַרײַנטרעטן פֿון אַמעריקע אין דער מלחמה. אָבער די רוסישע רעװאָלוציע האָט געמאַכט אַזאַ שטאַרקן רושם אױף רױז, אַז זי איז געװאָרן אַ פֿאַרברענטע קאָמוניסטקע און אַ קעגנער פֿון דער מלחמה. פֿאַר אירע אָפֿענע דעקלאַראַציעס איז זי אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט געװאָרן צו צען יאָר אין תּפֿיסה, הגם אין גיכן איז זי באַפֿרײַט געװאָרן. זי איז פֿאַרבליבן אַ געטרײַע חסידה פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ביז איר טױט אין 1933.
יעזערסקאַ איז אױך געקומען פֿונעם רוסישן תּחום־המושבֿ, אָבער קײן גליק מיט אירע מענער האָט זי ניט געהאַט. איר אַמביציע איז געװען צו װערן אַ שרײַבערין און צוליב דעם דאָזיקן חלום האָט זי מקריבֿ געװען איר משפּחה־לעבן. עס איז איר טאַקע אײַנגעגעבן צו װערן די ערשטע רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטקע, װאָס איז אָנערקענט געװאָרן װי אַ חשובֿע ענגליש־שפּראַכיקע שרײַבערין. איר גרעסטער דעפֿאָלג איז געװען דער ראָמאַן „סאַלאָמע פֿון די טענעמענטס‟, װאָס זי האָט פֿאַרקױפֿט צום פֿילמירן אין האָליװוּד. דער ראָמאַנטישער צד פֿון איר לעבן רופֿט עד־היום אַ זשװאַװן אינטערעס בײַ אײניקע פֿאָרשער. זי האָט עטלעכע יאָר געפֿירט אַ ליבע מיטן באַרימטן אַמעריקאַנער פֿילאָסאָף דזשאָן דיוּי. און די היסטאָריקער אַמפּערן זיך, װי װײַט עס זײַנען דערגאַנגען זײערע באַציִונגען, און װער איז געװען שולדיק אין זייער צעשיידונג.
סאָניע לעװיען איז געװען מער מעסיק אין איר פּריװאַטן לעבן. זי האָט געירשנט אַן אַנאַרכיסטישן װעלטבאַנעם פֿון איר טאַטן, װאָס איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר פֿאַר זײַנע רעװאָלוציאָנערע אַקטיװיטעטן, אָבער דאָס האָט איר ניט געשטערט צו מאַכן אַ גלענצנדיקע קאַריערע. זי האָט אָנגעהױבן װי אַ סטענאָגראַפֿיסטקע, דערנאָך געװאָרן אַ רעדאַקטאָרין אין עטלעכע חשובֿע ניו־יאָרקער צײַטשריפֿטן, און דערנאָך געאַרבעט װי אַ שרײַבערין פֿון פֿילם־סצענאַרן אין האָליװוּד. דװקא זי האָט אַדאַפּטירט דעם ראָמאַן פֿון איר חבֿרטע יעזערסקאַ פֿאַרן פֿילם.
די הױפּט־ראָלע אינעם פֿילם האָט געשפּילט די אַקטריסע יעטע גאָודאַל. די דאָזיקע ראָלע האָט גוט צוגעפּאַסט איר כאַראַקטער. להיפּוך צו די דרײַ אַנדערע פֿרױען, איז גאָודאַל אױפֿגעװאַקסן אין האָלאַנד. אין אַמעריקע האָט זי לגמרי איבערגעריסן די באַציִונגען מיט איר פֿרומער ייִדישער משפּחה און מיט ייִדישקײט. זי האָט אױסגעטראַכט אַ נײַע ביאָגראַפֿיע װי אַ פֿראַנצױזיש מײדל פֿון װערסאַי. זי האָט זיך אױפֿגעפֿירט װי אַ קאַפּריזנע „סטאַר‟ פֿונעם שטומען קינאָ, אָבער אין דער אמתן איז זי געװען אַ פּראַקטישע פֿרױ. זי האָט געקאָנט געניט פֿאַרטײדיקן אירע רעכט װי אַן אַקטריסע קעגן די בעלי־בתּים פֿון פֿילם־סטודיעס אין געריכט.
גינסבערגס בוך איז אַ לעבעדיקע און פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, װאָס אַנטפּלעקט נײַע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער אַסימילאַציע אין אַמעריקע. ספּעציעל אינטערעסאַנט איז זײַן פּרטימדיקער אַנאַליז פֿונעם קאָמערציעלן און לעגאַלן צד פֿון די פֿרײַע שעפֿערישע פּראָפֿעסיעס, אַזעלכע װי ליטעראַטור און קינאָ. זײַנע קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן פֿון פֿיר אױסערגעװײנטלעכע פֿרױען דערװײַזן אַ סך פּערזענלעכע סימפּאַטיע פֿאַר זײַנע העלדינס, אָבער ער פֿאַרבלײַבט אָביעקטיװ אין זײַן שידלערונג פֿון זײערע מעלות און חסרונות.
דאָס בוך װאָלט געװען נאָך בעסער, װען דער מחבר װאָלט געװען אַ ביסל מער אָפּגעהיט מיט די פּרטים װעגן דער רוסיש־ייִדישער קולטור און געשיכטע, און װאָלט זיך ניט פֿאַרלאָזט אױף „פֿידלער אױפֿן דאַך‟ װי אַ מקור פֿאַרן ייִדישן לעבן אין מזרח־אײראָפּע. שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟, להיפּוך צו „פֿידלער‟, קומט פֿאָר ניט אין אַנאַטעװקע, און דער ערשטער באַנד פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ איז אַרױס אין קיִעװ און ניט אין שװעדן! אָבער אַזאַ מין לײַכטזיניקײט לגבי דער „אַלטער הײם‟ איז, לײדער, גאַנץ פֿאַרשפּרײט אַפֿילו צװישן די בעסטע פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.