וואָס וועט זײַן מיט ייִדיש אין מאָנטרעאָל?

What's the Future for Yiddish in Montreal?

שׂרה וויט פֿירט איר ייִדיש־קלאַס אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק
Dawn Matveev
שׂרה וויט פֿירט איר ייִדיש־קלאַס אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 19, 2016, issue of May 27, 2016.

אינעם הײַנטיקן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישלאַנד איז מאָנטרעאָל באַקאַנט ווי אַן אָנגעזעענע „עיר ואם בישׂראל‟, איינער פֿון די וועלטצענטערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער וועלט.

די מאָנטרעאָלער „ייִדישע פֿאָלקס־ און פּרץ־שול‟ בלײַבט די איינציקע טאָגשול אין צפֿון־אַמעריקע, וווּ די קינדער לערנען סיסטעמאַטיש די ייִדישע שפּראַך ווי אַ פֿליכט־טייל פֿון דער בילדונג־פּראָגראַם.

די ייִדיש־לערערין, שׂרה (שילאַ) וויט, באַקלאָגט זיך, אַז אין דער מאָנטרעאָלער מיטלשול אויפֿן נאָמען פֿון ביאַליק — אַ צווײַג פֿון דער זעלבער בילדונג־אָרגאַניזאַציע פֿאַר גרעסערע קינדער — האָט מען די ייִדיש־לימודים נישט לאַנג צוריק אָפּגעשטעלט, ווי אַ טרויעריקער טייל פֿונעם אַלגעמיינעם אונטערגאַנג פֿון וועלטלעכע ייִדיש־אינסטיטוציעס אַרום דער וועלט.

בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין דער חנעוודיקער פֿראַנצויזיש־רעדנדיקער קאַנאַדער שטאָט, האָב איך באַזוכט שׂרה וויטס ייִדיש־לימוד פֿאַר דערוואַקסענע אין דער שטאָטישער ייִדישער ביבליאָטעק. די געוועזענע ייִדיש־לערערין פֿון דער דערמאָנטער „ביאַליק־שול‟, לאָרנאַ סמיט, פֿירט אינעם זעלבן בנין אַ ייִדיש־קלאַס פֿון אַ העכערער מדרגה; וויט פֿאַרנעמט זיך מיט די אָנהייבער. אַ טייל פֿון אירע תּלמידים און תּלמידות, לאַוו־דווקא ייִדן, הייבן אָן זייערע שטודיעס מיטן אַלף־בית.

די פֿאָרשערין אסתּר פֿראַנק און די זינגערין דזשיין רעספּיץ פֿירן ייִדיש־קורסן אינעם מאָנטרעאָלער „מאַק׳גיל‟־אוניווערסיטעט. פֿראַנק פֿאָקוסירט זיך אין אירע לעקציעס און פֿאָרש־פּראָיעקטן אויף די אָרטיקע מחברים און פּאָעטן, בפֿרט אויף דער ירושה פֿון דער באַקאַנטער פּאָעטעסע רחל קאָרן, אַ געבוירענע אין גאַליציע, וועלכע האָט געוווינט אין מאָנטרעאָל במשך פֿון איבער 30 יאָר ביז איר פּטירה אין 1982.

ביז די 1950ער יאָרן איז ייִדיש געווען אין מאָנטרעאָל די דריט־פּאָפּולערסטע שפּראַך נאָך פֿראַנצויזיש און ענגליש. לעבנדיק אין אַ דרײַ־שפּראַכיקער סבֿיבֿה, האָבן די ייִדן געשאַפֿן אַן אייגענעם תּרגומישן צונאָמען פֿון דער שטאָט: „טור־מלכּא‟. וויט האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 1959 האָט זי באַקומען איר ערשטע שרײַבער־שטעלע אין דער צײַטונג „קענעדער אָדלער‟, וווּ זי האָט געאַרבעט במשך פֿון אַ סך יאָרן. מיט דער צײַט האָט די אַמאָליקע חשובֿע טאָג־אויסגאַבע, געגרינדעט אין 1907, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וועכנטלעכע און האָט, צום סוף, זיך געשלאָסן אינעם יאָר 1988.

וויט האָט זיך באַקלאָגט, אַז הגם אין דער „פֿאָלקסשול‟, וווּ זי אַרבעט, פֿירט זי טאַקע כּסדר ייִדיש־לימודים, האָט מען זיי אין די לעצטע יאָרן שטאַרק געשניטן. מיט די קינדער פֿונעם ערשטן ביזן דריטן קלאַס לערנט זי די שפּראַך אָנדערהאַלבן שעה אַ וואָך, און פֿונעם פֿערטן ביזן זעקסטן קלאַס בלויז איין שעה. הגם יעדער קלאַס לערנט ייִדיש באַזונדערס און פֿאַרנעמט אַ ממשותדיקן טייל אין דער לערערינס טאָג־טעגלעכער טעטיקייט, דערלויבט נישט די באַגרענעצטע צײַט פֿון די לימודים צו באַקענען די תּלמידים מיט דער שפּראַך ווי געהעריק. ווי געזאָגט, האָט מען אין דער מיטלשול בכלל אָפּגעשאַפֿן די ייִדיש־פּראָגראַם. די לערערין פֿאַרנעמט זיך לעצטנס מער אויף זינגערײַ, ווײַל פֿאַר סיסטעמאַטישע שפּראַכלעכע און ליטעראַרישע שטודיעס בלײַבט אין דער שול־פּראָגראַם צו ווייניק צײַט.

צי מיינט עס אָבער, אַז „טור־מלכּא‟, די לעגענדאַרע היימשטאָט פֿון מלך ראַוויטש און רחל קאָרן, פֿון דאָרע וואַסערמאַנס ייִדישן טעאַטער און אַ גאַנצער ריי היסטאָרישע צײַטונגען און זשורנאַלן, פֿאַרלירט ביסלעכווײַז אירע ייִדיש־רעדער? וויט גלייבט, אַז דווקא פֿאַרקערט; ייִדיש בלײַבט פּאָפּולער און ציט כּסדר צו נײַע ענטוזיאַסטן צוליב דער חסידישער קהילה, וואָס האַלט אין איין וואַקסן.

וויט און אירע דערוואַקסענע תּלמידים אינעם ביבליאָטעק־קלאַס האָבן באַמערקט, אַז הגם די „פֿאָלקסשול‟ בלײַבט די איינציקע וועלטלעכע טאָגשול, וווּ מע לערנט ייִדיש ווי אַ שפּראַך, בלײַבט ייִדיש דאָס נאַטירלעכע מאַמע־לשון בײַ טויזנטער אָרטיקע חסידים. אויף דער גאַס, אין די שילן, קראָמען און ישיבֿות רעדט מען אויף ייִדיש אַ גאַנצן טאָג. פּונקט אַזוי ווי קיינער איז נישט פֿאַרחידושט צו הערן אַראַביש מיטן צפֿון־אַפֿריקאַנער טעם, זענען די מאָנטרעאָלער צוגעוווינט, אַז די טרעגערינס פֿון אַן אַנדער פֿאַסאָן טיכלעך — ייִדישע פֿרויען — רעדן צווישן זיך אויף אַן אייגן לשון.

אַדרבה, אין מאָנטרעאָל וווינען אַ סך ספֿרדישע משפּחות פֿונעם צפֿון־אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם, וווּ די אַראַביש־רעדנדיקע באָבע־זיידעס מוזן זיך צוגעוווינען צו דער „אַשכּנזירונג‟ פֿון זייערע אייניקלעך, וואָס קענען ייִדיש און באַנוצן זיך כּסדר מיט ייִדישע אויסדרוקן. בעתן פֿאַרברענגען שבת מיט אַזאַ משפּחה, האָב איך באַמערקט דעם שטאַרקן קאָנטראַסט מיטן קליינעם וועלטלעכן ייִדיש־קלאַס. דער פֿרומער עולם, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדים, לערנט דאָס חסידישע מאַמע־לשון נישט צוליב נאָסטאַלגישע סיבות, נאָר ווי אַ פּראַקטישן מיטל פֿון גאַסן־קאָמוניקאַציע.

אין דער אמתן, האָט דער דאָזיקער פּראָצעס פֿון „אַשכּנזירונג‟ אַ טרויעריקן אַספּעקט. אויף דער פֿרומער גאַס קומט פֿאָר אַ קולטור־אַסימילאַציע פֿון די נישט־אַשכּנזישע עדות. אַנשטאָט ממשיך צו זײַן זייער אוניקאַלע טראַדיציע, שעמען זיי זיך אויסצוזען ווי אַראַבישע אימיגראַנטן און מאַכן נאָך די מינהגים פֿון די אַשכּנזים, הגם יענע זענען דאָך אויך אימיגראַנטישע און שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער פֿאַקט, וואָס אַ גענוג גרויסע צאָל מענטשן מוזן זיך הײַנט לערנען ייִדיש צוליב פּראַגמאַטישע שמועס־צוועקן ווײַזט אָבער קלאָר, אַז ס׳איז אַ לעבעדיקע בליִענדיקע שפּראַך.

וואַלענטינאַ גאַדי, אַ יונגע איטאַליענישע פֿרוי, וווינט אין מאָנטרעאָל און שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן די חסידים. כּדי צו פֿאַרשטיין בעסער דעם אָביעקט פֿון אירע שטודיעס, האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין וויטס קלאַס. שאַראָן מאַק׳קאַלאַן, אַן אירלענדישע פֿרוי, אינטערעסירט זיך מיט דער שפּראַך פֿון איר מאַנס ייִדישן משפּחה־צד, און האָט ליב דעם הומאָריסטישן מאָנטרעאָלער ווידעאָ־סעריאַל Yidlife Crisis. הגם די פּראָגראַם איז בפֿירוש אַ וועלטלעכע, מיט אָפֿן־האַרציקע טשיקאַווע דיסקוסיעס וועגן סעקס, פֿיגורירן אין די קינאָ־עפּיזאָדן כּסדר ייִדיש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן.

אַ סצענע פֿונעם סעריאַל Yidlife Crisis
YouTube
אַ סצענע פֿונעם סעריאַל Yidlife Crisis

אַהרן מאַקלאָוויטש, װאָס זײַנע זין וווינען אין ניו־יאָרק, האָט דערציילט, אַז זיי האָבן געוואָלט דינגען אַ דירה אינעם היסטאָרישן געוועזענעם „פֿאָרווערטס‟־בנין אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. דער אײַנפֿאַל איז אים שטאַרק געפֿעלן; עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דאָס דירה־געלט איז געפֿערלעך טײַער. ער אַליין וווינט אין אַ ראַיאָן אין מאָנטרעאָל, וווּ די חסידישע שכנים רעדן טאָג און נאַכט אויף ייִדיש.

די לערערין האָט געזאָגט, אַז די חסידישע קהילות בלײַבן פֿאַר איר אַ פֿרעמדע וועלט. ווי אַ ליטוואַטשקע, קאָן זי אַפֿילו נישט פֿאַרשטיין די אונגעריש־גאַליציאַנער הבֿרה פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן פֿרומען ציבור. אַזוי צי אַזוי, גלייבט זי, אַז אַ דאַנק דעם חסידישן עולם, דאַרף זי זיך נישט פֿילן פּעסימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך. צווישן די וועלטלעכע און נישט־ייִדישע תּלמידים טרעפֿן זיך אויך מענטשן, וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך מיט ייִדיש צוליב דער וואַקסנדיקער השפּעה פֿון די חסידים. איר מאַמע־לשון בליט ווײַטער אין דער שטאָט, הגם דער נוסח פֿון די אימפּאָרטירטע ברוקלינער און אַ פּאָר אָרטיקע פֿרומע אויסגאַבעס שיידט זיך היפּש אונטער פֿונעם אַמאָליקן „קענעדער אַדלער‟, שוין אָפּגערעדט פֿון די טיפֿע קולטורעלע חילוקים.

וויט אָרגאַניזירט איצט אַ צוזאַמענטרעף צווישן די ניצול־געוואָרענע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און שולקינדער אין דער קאָנסערוואַטיווער שיל „בית ישראל בית אַהרן‟. זי האָפֿט, אַז דער יונגער דור וועט נישט בלויז וויסן און געדענקען די שוידערס פֿונעם חורבן, נאָר וועט אויך איבערנעמען די גרויסע קולטורעלע ירושה פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך.

דער סאָציאַלער שפּאַלט צווישן די חסידים און וועלטלעכע ייִדישיסטן בלײַבט צומאָל טיפֿער, ווי די דיסטאַנץ צווישן די אַלטע און יונגע דורות. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מיט דער צײַט וועלן זיך צווישן די צעשפּאָלטענע גרופּעס ייִדיש־רעדער שאַפֿן אויך בריקן, וואָס וועלן העלפֿן צו פֿאַראייניקן און באַרײַכערן אונדזער רוחניות, שפּראַך און קולטור.