איר קענט זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן וויפֿל מענטשן קלינגען מיר אָן כּמעט טעגלעך אויסצוגעפֿינען וואָס מיינט דאָס ייִדיש וואָרט, אָדער אַ בינטל ווערטער און זאַצן פֿון אַ ווערק וואָס זיי קענען נישט געפֿינען זייער טײַטש אין די פֿאַרעלטערטע, סײַ אין די אַלטע און סײַ אין די נײַע ייִדיש־ענגלישע ווערטערביכער.
וואָס איז די צרה? די צרה איז דאָס וואָס די ערשטע ווערטערביכער זײַנען שוין גוט פֿאַרעלטערט, ווי אַלעקסאַנדער האַרקאַוויס ייִדיש־ענגליש־העברעיִשער ווערטערבוך, צווייטע אויסגאַבע, איבערגעדרוקט אין 1922. איז עס טאַקע אַ ווויל און גוט ווערטערבוך, נאָר הײַנטיקע ייִדיש־לערנער נייטיקן זיך אויך אין אַ באַנײַטן נוסח פֿונעם ענגליש־ייִדיש־העברעיִשן ווערטערבוך.
אוריאל (אַ טרוקענער ליטוואַק) ווײַנרײַכס ייִדיש־ענגליש־ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך האָט קורסירט ביז אַהער, אָבער עס פֿאַרמאָגט אַ חסרון: מע קען נישט געפֿינען אין זיי פּשוטע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטער. זײַן ווערטערבוך באַשטייט סײַ פֿון אַ באַגרענעצטן ייִדישן וואָקאַבולאַר, סײַ פֿון נישט געשטויגן־נישט געפֿלויגענע ווערטער צווישן זיי, די נײַ־געשאַפֿענע ווערטער ווי:
ווידערצן (revolt, nauseate, bore)
קריקאָנלאָדלעך (rechargeable)
דער אומגליק מיט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך איז געווען וואָס ער איז יונג געשטאָרבן און דאָס ווערטערבוך איז אַרײַנגעפֿאַלן אין נישט-קאָמפּעטענטע הענט. עס האָבן דערין געפֿעלט ווערטער מיט וועלכע דאָס פֿאָלק האָט זיך באַנוצט, נישט נאָר אין ליטע, נאָר אויך אין פּוילן, גאַליציע, אוקראַיִנע און רומעניע.
דעריבער ווען איך האָב געלייענוט יאַנקל יאַקירס ווערק (אַ בעסאַראַבער), האָב איך געמאַכט אַ רשימה פֿון 41 ווערטער, וואָס איך האָב אַרומגעזוכט ווי מיט ליכט צווישן די ווערטערביכער און נישט געפֿונען. בין איך אָנגעקומען צו אַ בעסאַראַבער ייִד, וועלכער האָט עס מיר אַלץ אויפֿגעקלערט, צווישן זיי: פּאָדווירע, וואָלאָנטשען, קוליערן, א.א.וו.
אָדער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשעס שריפֿטן (אַ וואַרעמער ליטוואַק) האָב איך אַרומגעזוכט כּמעט אַ הונדערט ווערטער, ביז אַ ליטוואַק האָט עס מיר אויפֿגעקלערט, צווישן זיי:
בוק (אַ מין האָלץ) אָדער דעם זאַץ: אין טעליאַטניק וואַקסן קליאָנען (אַ געזעגטן בוים)…
דאָס אייגענע מיט די ברידער זינגער — ישׂראל יהושע און יצחק באַשעוויס־זינגער, אַ געבוירענער אין ראַדזשימין, פּוילן, אָבער זיך באַנוצט מיט אַ וואַרשעווער שפּראַך.
חיים לייב פֿוקס (אַ לאָדזשער ייִד), איציק מאַנגער (טשערנאָוויץ), משה נאַדיר (נאַראַיעוו אין אוקראַיִנע) און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז יעדע שטאָט און שטעטל אין מזרח־אייראָפּע, יעדעס דערפֿל און ייִדישער ייִשוב האָט גערעדט זייער ספּעציפֿישן ייִדיש־לשון, נישט נאָר אַ באַזונדערן דיאַליעקט, איז גיי פֿאַרשטיי פֿאַרוואָס די מחברים פֿון די ייִדישע ווערטערביכער האָבן נישט אַדורכגעלייענט כאָטש איין בוך פֿון די פֿאַרשיידענע מחברים, צו געניסן פֿון זייער שפּראַך.
קומען מיר צו חיים באָכנערס און שלום ביינפֿעלדס „ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟ אויפֿן יסוד פֿונעם ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך פֿון יצחק ניבאָרסקי, בערל ווײַסבראָט און שמעון נויבערג, אַרויסגעגעבן אין 2002, איז עס צוגענגלעכער ווי די אַנדערע ווערטערביכער. עס אַנטהאַלט מער ווערטער, און לאָזט אויס דעם פֿאַבריצירטן און אויסגעטראַכטן וואָקאַבולאַר.
יצחק ניבאָרסקי, שמעון נויבערג, עליעזר ניבאָרסקי און נאַטאַליע קריניצקאַס „לשון־קודש שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש‟ איז איינס פֿון די בעסטע ביז אַהער. אָבער פֿאָרט אַ שאָד, וואָס די מחברים פֿון ייִדיש־ענגלישע ווערטערביכער האָבן פֿאַרפֿעלט דעם סכום לאָדזשער, וואַרשעווער, בעסאַראַבער, אוקראַיִנישן, ליטווישן ווערטער־אוצר, מיט זייער סכום ווערטער און ווערטלעך, אידיאָמען, מעטאַפֿאָרן, קליין־שטעטלדיקע אויסדרוקן און דאָס סגאַל.
צום מזל האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַזאַ ייִדיש־קענער ווי נחום סטוטשקאָוו, דער מחבר פֿונעם „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. דער ייִד איז געווען נישט נאָר אַ ספּעץ נאָר ממש אַ גאון וואָס האָט זיך גוט געקענט אויף אונדזער מאַמע־לשון, באָבע־לשון, דינסט־מויד לשון, גנבֿים־ און אונטערוועלט־לשון, אַקטיאָרן־שון, און בעל־מלאכה־לשון. איר פֿאַרשטייט שוין, ליבע ייִדן, וווּהין איך צילעווע. דער איינציקער חסרון בײַ סטוטשקאָוון איז דאָס וואָס ס׳איז נישט פֿאַראַן קיין ענגלישע איבערזעצונג.
פֿאַרשטענדלעך, ווען ס׳קומט צו די סלאַוויזמען, מוז איך אָנקומען צום „פֿרעמד־ווערטער־בוך‟ פֿון א. נ. פּינסקי (ווילנע 1937); „ייִדיש־רוסישן ווערטערבוכ‟ (1940); דאָס „רוסיש־ייִדיש ווערטערביכל‟ (1941) און „קורצער ייִדיש־אוקראַיִנישער ווערטערבוך‟ (1996).
אונדזערע שרײַבער און פּאָעטן האָבן מיט זייער לשון באַרײַכערט אונדזער ייִדישן אוצר. נאָך אַלעמען איז ייִדיש אַ לעבעדיקער קוואַל, וואָס פֿליסט מיט אַלע זאַפֿטן און קען פֿאַרשיכּורן אפֿילו מיט ניכטערע רייד. ס׳איז אַ קינסטלערישער אינסטרומענט אויף וועלכן מ׳קען אויסשפּילן די איידלסטע און שאַרפֿסטע ניגונים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.