אַז מע זאָגט צו דעם פּרעזידענט, מוז מען האַלטן וואָרט

Keeping a Promise to the President


פֿון ליפּא שמעלצער

Published May 20, 2016, issue of May 27, 2016.

סאיז לוסטיג און לעבעדיק און ווייסען הויז!

אזויווי איך מאך מיט באָריס סאַנדלער א ראש חודש’דיגען קליפ פאר דעהם אידישען פארווערטס — מיטען הילף פון „אמעריקער‟ — וועל איך זיך מיען צו שרייבען געציילטע דיבורים לכבוד די היימישע אידישע ליינער פון דעהם פארווערטס, וועגען מיין צוזאג צום פרעזידענט חנוכה ביים מעמד הנכבד אינטערען ווייסע דאך, און מיין אפשטאט לעצטנס אפצוגעבען מיין מתנה די יארמילקעס צום פרעזידענט און דאס ערשטע פרוי — אינעם גרויסען טאג יום העצמאות.

דער פרעזידענט אינאיינעם מיטען רביצין האבען ביידע געקריגען יארמילקעס — אדער ווי מען ריפט דאס היינט — א קאפעלע. נו, ווער מיינט איר האט דאס אהער געשטעלט?

יא! איר האט צוגעטראפען: ליפא. ווער איז ליפא?

איך בין אליין נישט זיכער.

עס קען נעמען א גאנץ לעבען דאס אויסצוגעפינען.

על כל פנים, האבען מיר פארברענגט מיטען פרעזידענט דעם לעצטן חנוכה. איך האב אראפגעלייגט א מעוז צור אזוי אז איך מיין עס האט אויפֿגעוועקט די שכנים, גאנץ וואשינגטאן און ארים, און פארשטייט זיך דערנאך אויך יוטוב. אן יוטוב איז מען נישט יוצא.

ווען דער פרעזידענט האט מיר באדאנקט פאר מיין זינגען האב איך אים צוגעזאגט א גאלד און זילבערנע יארמילקע. און זיין גבאי׳טע האט פארלאנגט אז דאס גייט צוזאמען מיטען געבען איינס דעהר רביצין אויך.