אַז מע זאָגט צו דעם פּרעזידענט, מוז מען האַלטן וואָרט

Keeping a Promise to the President


פֿון ליפּא שמעלצער

Published May 20, 2016, issue of May 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איך האב אסאך גע׳ספקט וועגען וועלכע ענין צו שטודירען אין קאלאמביע אינווערסיטעיט, אבער און יענעם מאמענט, וויבאלד איך האב צוגעזאגט דעהם פרעזידענט מיין הבטחה, האב איך געקריגען א קלארקייט אז מאלעריי, סקולפטור און פאעזע איז וואס איך וויל לערנען און משלב זיין מיט מיין מוזיק און די קומענדיגע יארען.

„איך האב שוין לאנג געווארט אויף א גאלד און זילבערנע קאפעלע,‟ האט פרעזידענט אבאמא זיך צולאכט.

איך האב מיר באלד נאך חנוכה אינטערגעגארטעלט און צונויף געשטעלט א יארמילקע מיט די הילף פון חבירים ארטיסטען, „בעסט עמברוידערי‟ און „ארטיסטיק פרעימינג‟, און אפילו הערשל גראס „דער העמדער מאכער‟.

כאטש חברים האבען מיר געהאלפען פיזיש, איז די קאפ ארבעט, שרייבעריי און מאלעריי מתחילתה ועד סופה געקומען מיט הארוואניע פון די אייגענע הענד. דאס גיבט מיר חיזוק אז מען לערנט — קען מען. און אז אלע וואס האבען מיר מספיד געוועהן, אדער צו שאנד געמאכט האבען געהאט א ביטערן טעות, (נישט נאר מיינע מלמדים האבען געלעבט און דעהם טעות.)

למעשה האב איך עס פאבריצירט בלויז פון זילבער. אפשר ווייל איך האב נישט געוואלט באמיטשען די רביצין מישעל אבאמא מיטען רייניגען א גאלדנע קאפעל יעדער מוצאי שבת.

איך האב געשריבען א רייכע פאעזיע מיט נגלה און נסתר, אבער אויף ענגליש — א שאד נישט אויף אידיש.

אויב טראמפ ווערט פרעזידענט און זיין אידישער טאכטער וועט לערנען יידיש מיט אן ״ע״ (ווייל אידיש מיט אן ״א״ נעמט יארען פאר א צוגעקומענע צו לערנען,) וועל איך מעגליך שרייבען אויך אין יידיש.

איך שפיר דערהויבען, אבער א ביסקעלע „זאלציג‟ ווייל איך האב פארגעסען אינטערשרייבען דעהם פאעזיע.

וועלכע שלימזל פארגעסט אזא זאך.

אבער מאכט נישט אויס, כ׳וועל עס שוין אינטערשרייבען ביים קומענדיגען מאלצייט מיטען פרעזידענט און דעהר ערשטע רביצין.