הײַיאָר מערקט מען כּידוע אָפּ שלום־עליכמס הונדערטסטן יאָרצײַט.
געבוירן אין מיזרח־אייראָפּע אין אַ „כּתרילעווקע‟, געלעבט אַ צײַט אין קיִעוו און אַ שטיקל צײַט דאָ און דאָרט אין אייראָפּע, ביז צום סוף זיך באַזעצט אין ארץ־ציון ד׳אַמעריקע, ווערט ער לכל־הדעות פֿאַררעכנט ווי דער גרעסטער ייִדישער שרײַבער.
אָבער וואָס ווייסט מען פֿון אים הײַנט צו טאָג? ווער געדענקט נאָך אָט דעם נאָמען? מען לייענט אים נישט אין קיין שול־סיסטעם אָדער דורך אַ געוויסן לייענער־פּובליקום, און על־פּי־רובֿ, די וואָס לייענען אים שוין, טוען דאָס נישט אין זײַן זאַפֿטיקער ייִדישער שפּראַך. עס זענען געבליבן זכרונות, איבערזעצונגען, „צעדרייטע‟ אַקאַדעמיקער און אַ פֿעסטיוואַל.
די „צעדרייטע‟ אַקאַדעמיקער, די משוגעים־לדבֿר־אחד, וועלן זיך טרעפֿן דעם זומער אין קיִעוו, אַ פּאַסיק אָרט, ווי געזאָגט, װוּּ צו האַלטן אַזאַ מין אונטערנעמונג. דאָרט װעט מען קענען טרעטן מיט די אייגענע פֿיס אין די זעלביקע ערטער, וווּ דער מײַסטער האָט געלאָזט זײַן מנחם־מענדל אַנטלויפֿן פֿון ווײַב־און־קינד, טראָגנדיק מיט זיך דעם פּוסטן חלום צו ווערן אַ מאָל אַ דאָנאַלד טראַמפּ אָדער אַ שעלדאָן עדעלסאָן. (ווער רעדט דען הײַנט פֿון ראָטשילד און בראָדצקי?).
דווקא אין דער שטאָט ניו־יאָרק, דער ירושלים בפּועל־ממש פֿון די מאָטל פּייסיס און זייערע קינדסקינדער, איז דער ברייטער עולם, צום באַדויערן, פּשוט צו פֿאַרנומען און לײַדט שוין פֿון גענוג צרות. דאַרפֿן זיי דערצו געדענקען דעם שרײַבער וואָס האָט אָנגעשריבן דעם ערשטן נוסח פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟? זײַן ווערסיע נעמט נישט אַפֿילו אַרײַן קיין לידער, קיין טענץ, קיין מוזיק. איז, צו וואָס דאַרף מען דאָס האָבן? דאָס הייסט „ענטערטיינמענט‟? עס שמעקט ווי קדחת אין אַ קליין טעפּל.
אַ פּנים אויף דעם באַדאַרפֿן ייִדן אַ לאַנד. ווײַל ווער וועט אונדז, נעבעך, ראַטעווען פֿון אַן אָנשיקעניש, אַ שלאַק, און די עשׂר־מכּות מצרים פֿונעם פֿאַרזינקען ווערן אין תּהום פֿון דער פֿאַרגעסנהייט, צי נישט די שטאָלצע ישׂראלים? איז טאַקע אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען פֿונעם 15טן ביזן 18טן מײַ אַ גרויסע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם שרײַבער, אונטערן טיטל „דאָס וואָרט און דאָס אָרט‟. אַלע גדולים פֿונעם אַקאַדעמישן תּחום האָבן זיך דאָרט צונויפֿגעקומען: דן מירון, די שוועסטער און ברודער רות ווײַס און דוד ראָסקעס, אַבֿרהם נאָווערשטערן, און נאָך און נאָך.
אָרגאַניזירט אין משך פֿון אָנדערהאַלב יאָר דורך אַ גרופּע איבערגעגעבענע לײַט, מיט גלי דרוקער בר־עם בראָש, האָט מען געמאַכט אַ תּחית־המתים פֿונעם אומפֿאַרגעסלעכן שרײַבער. סוף־כּל־סוף, האָבן אַ סך פֿון די באַטייליקטע, אַחוץ דעם שרײַבן אינטערעסאַנטע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן שלום־עליכמען, אים דערצו איבערגעזעצט אויף זייערע כּלערליי שפּראַכן: יאַן שוואַרץ האָט נאָר וואָס געשאַפֿן אַ דעניש־שפּרעכיקן טבֿיה, שוין אָפּגערעדט פֿון דן מירונס פֿילע העברעיִשע איבערזעצונגען, און זיכער האָב איך פֿאַרגעסן אַ פּאָר. (אַ נײַע העברעיִשע איבערזעצונג, געמאַכט פֿון בעני מער, האַלט אויך בײַם אַרויסקומען).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.