(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַן אינטערעסאַנטער וויכּוח איז דאָרט געפֿירט געוואָרן צווישן ישׂראל און די אַמעריקאַנער פֿאָרשערס. פֿון די ערשטע האָט זיך געהערט די טענה אַז בלויז אין ישׂראל און אויף עבֿרית, איז מען הײַנט פֿעיִק שלום־עליכמען אַרומצורעדן און באַהאַנדלען ווי געהעריק. האָבן די צווייטע געענטפֿערט מיט אַ „וואַרט, וואַרט, ס’איז כּלל־וכּלל נישט אַזוי.‟ אַני־הקטן איז נוטה מסכּים צו זײַן מיטן צווייטן צד פֿון דער דעבאַטע. יענטע די קורעלאַפּניטשקע וווינט, לויט מײַן מיינונג, אי אין ירושלים, אי אין האַרלעם, אי אומעטום.
אויסער אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿס „סינמאַטעק‟ אַ שלום־עליכם פֿעסטיוואַל. דער גרויסער שרײַבער וואָלט זיכער געווען צופֿרידן, אַז די לכתּחילה „איינמאָליקע מוזיק־ און טעאַטער־אויפֿפֿירונג‟ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ „צוויי־מאָליקער מוזיק־ און טעאַטער־אויפֿפֿירונג‟. ווײַל אַז מע קויפֿט, פֿאַרקויפֿט מען. אָבער די צוויי הויכפּונקטן אויפֿן אָוונט האָבן בכלל גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט שלום־עליכמען.
ראשית, האָט די באַקאַנטע זינגערין חווה אַלבערשטיין דעם עולם צופֿרידנגעשטעלט זינגענדיק אַן אויסקלײַב פֿון איר רעפּערטואַר פֿון ייִדישע שלאַגערס, וואָס האָט כּולל געווען לכל־היותר איין ליד שלום־עליכמס. דער צווייטער הויכפּונקט איז געווען צו הערן ראָנאַ קיינאַנס רירנדיקע צוויי־שפּראַכיקע ווערסיע פֿון שאול טשערניכאָווסקיס „שׂחקי שׂחקי‟ („לאַך, לאַך‟, איבערזעצונג: בעני מער). איין סטראָפֿע, גענומען פֿון י. י. שוואַרצס ייִדיש־ווערסיע פֿון אָט דעם ליד, גייט אַזוי:
יאָ, איך גלויב אויך אין דער צוקונפֿט,
כאָטש ס’איז יענער טאָג נאָך ווײַט —
טאָג פֿון שלום צווישן פֿעלקער
אין אַ נײַער פֿרײַער צײַט.
עס זענען דאָ מענטשן, וואָס לייגן פֿאָר, אַז אָט דאָס ליד זאָל ווערן דער הימען פֿון מדינת־ישׂראל אַנשטאָט „התּיקווה‟. טבֿיה וואָלט זיך אפֿשר באַקלאָגט קעגן די נײַע צײַטן, קעגן דעם דור מיט זײַנע נײַע געדאַנקען, אָבער, צווישן אונדז גערעדט, ווער האָט אים בכלל אַמאָל געפֿרעגט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.