(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שלום־עליכם איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916, אַרום זיבן אַ זײגער אינדערפֿרי אינעם ברױנשטײנערנעם הױז נומער 968 אױף קעלי־גאַס אין די בראָנקס, װוּ ער האָט געוווינט מיט זײַן משפּחה און דעמאָלט געהאַלטן אין מיטן שרײַבן אַ המשך פֿון „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟. די עקסטראַ־אױסגאַבעס פֿון ייִדישע צײַטונגען האָבן שנעל פֿאַרשפּרײט די טרױעריקע ידיעה איבער דער גאַנצער שטאָט. לױט דער בקשה פֿונעם שרײַבערס קרובֿים, איז געשאַפֿן געװאָרן דער לװיה־קאָמיטעט בראש מיטן אָנפֿירער פֿון דער ניו־יאָרקער קהילה, ד”ר יהודה מאַגנעס.
די לװיה פֿון שלום־עליכמען, װאָס איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 15טן מײַ, איז אין יענער צײַט געװען די גרעסטע אין דער געשיכטע פֿון ניו־יאָרק. זי האָט געדױערט העכער זיבן שעה, און די טרױער־פּראָצעסיע האָט זיך געצױגן דורך דער בראָנקס, מאַנהעטן און ברוקלין. לױט פֿאַרשײדענע אָפּשאַצונגען, האָבן זיך דערין באַטײליקט פֿון 100,000 ביז 250,000 נפֿשות פֿון כּלערלײ שיכטן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — אָרעמע און רײַכע, יונגע און אַלטע, פֿרומע און פֿרײַע, אָנהענגער פֿון אַלע מינים פּאָליטישע אָנשױונגען. די דעמאָלטיקע פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז טױזנטער מענטשן זײַנען געקומען אָפּצאָלן דעם לעצטן חובֿ זײער געליבטן שרײַבער. לענגאױס דעם גאַנצן פּראָצעסיע־מאַרשרוט, האָבן זײ געקוקט דערױף פֿון די טראָטואַרן, פֿון די פֿענצטער, פֿײַער־עסקײפּס און דעכער פֿון די הײַזער, און אפֿילו פֿון די בײמער און פֿאָנטאַנען.
זײער לעצטן כּבֿוד דעם קלאַסיקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן אָפּגעגעבן חשובֿע פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער געמײנדע: זײַנע קאָלעגעס — שרײַבער און דיכטער, זשורנאַליסטן, שױשפּילער, כּלל־טוער, רבנים, געשעפֿטסלײַט. צװישן זײ זײַנען געװען שלום אַש, אַבֿרהם רײזען, יוסף אָפּאַטאָשו, יהואש, דוד פּינסקי, מאַני לײב, חיים זשיטלאָװסקי, מאָריס װינטשעװסקי, יעקב שיף, יאָסעלע ראָזענבלאַט, אַב קאַהאַן און אַנדערע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן.
שלום־עליכם איז צײַטװײַליק באַגראָבן געװאָרן אױפֿן „הר־נבו‟ בית־עולם, בײַ דער גרענעץ פֿון ברוקלין און קװינס. מען האָט פּלאַנירט אים אַריבערצופֿירן שפּעטער, נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, אין זײַנע הײמישע מקומות אין רוסלאַנד. אין 1921, פֿונדעסטװעגן, האָט מען אים ענדגילטיק מקבר געװען אױף דער קרקע פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אױפֿן דערבײַיִקן אַלטן „הר־הכּרמל‟ בית־עולם אין קװינס.
שלום־עליכמס לװיה האָט אין אַ היפּשער מאָס פֿאַראײניקט די ייִדן פֿון ניו־יאָרק אין זײער געמײנזאַמען טרױער. זי האָט אױך געװיזן, אפֿשר צום ערשטן מאָל, אַז זײ קענען אױפֿטרעטן ווי אַ שטאַרקער כּוח, װאָס מ׳דאַרף זיך דערמיט רעכענען אין געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.