(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„דער וועג פֿון וויעלקע צום גזשיבאָוו [איז] געווען פֿאַרשפּאַרט מיט וועגענער פֿון פֿײַער־לעשער און מ׳האָט געמוזט פֿאָרן מיט דער מאַרשאַלקאָווסקע און דער קרולעווסקע“. נאָכן חורבן וואַרשע האָט מען נישט נאָר געגעבן טייל גאַסן נײַע נעמען, נאָר אויך באַשאַפֿן נײַע גאַסן און אָפּגעשאַפֿט אַלטע. דער בעסטער משל איז אפֿשר די אַמאָליקע ייִדישע האַנדלסגאַס „נאַלעווקעס“ (פּויליש: Nalewki), וואָס איז אײַנגעגלידערט געוואָרן אין אַ נײַעם בולוואַר אויפֿן נאָמען פֿונעם פּוילישן גענעראַל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וולאַדיסלאַוו אַנדערס. ווי אַ זכר לחורבן איז געבליבן דער נאָמען Nalewki אויף אַ געסל נישט ווײַט פֿון די אַמאָליקע נאַלעווקעס.
Wielka איז הײַנט מער נישטאָ — זי איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם פּלאַץ אַרום דעם „פּאַלאַץ פֿון קולטור און וויסנשאַפֿט“, וואָס סטאַלין האָט געגעבן די פּאָליאַקן אַ „מתּנה“. ביזן הײַנטיקן טאָג, אָבער, זענען Marszałkowska און Królewska געבליבן צווישן די וואַרשעווער הויפּטגאַסן.
נאָר פֿון דעם פּאַראַגראַף איז דער וויכטיקסטער נימשל דאָס, וואָס גאַסן אין וואַרשע (און כּמעט אַלע שטעט און שטעטלעך) האָבן געהאַט אייגענע ייִדישע נעמען. אין וואַרשע האָט, אַ שטייגער, Żelazna געהייסן „אײַזנגאַס“; Solna — „זאַלצגאַס“, Długa — „לאַנגע גאַס“, Wielka — (דאַכט זיך) „ברייטע גאַס“ (אַזוי — אין ווילנע). די גאַס וואָס אויף פּויליש הייסט זי Grzybowska הייסט טאַקע אויף מאַמע־לשון אויך „גזשיבאָווסקע“, אָבער דער Plac Grzybowski, וווּ (ווי מיר׳ן נאָך לייענען בײַ באַשעוויסן) איז אַ מאָל געווען דער צענטער פֿון דער ייִדישער געגנט און בײַם הײַנטיקן טאָג געפֿינט זיך דער ייִדישער טעאַטער, הייסט גאָר „דער גזשיבאָוו“ (אַוודאי אַרויסגערעדט „גזשיבעוו“).
אויך דער פּאַרק וואָס אויף פּויליש הייסט ער Ogród Saski הייסט בײַ ייִדן „זאַקסיקער גאָרטן“, וווּ, שרײַבט דער מחבר, „בײַם טויער זענען געשטאַנען צוויי זשאַנדאַרמען מיט קרומע שווערדן און געהיט, עס זאָלן זיך נישט אַרײַנכאַפּן לאַנג געקליידטע ייִדן און באַשייטלטע ייִדענעס שעפּן פֿרישע לופֿט“. נאָך פֿרישער לופֿט האָבן ייִדן יאָ געמעגט אַרײַנגיין אין קראַשינסקיס גאָרטן (Ogród Krasińskich), לעבן די נאַלעווקעס, צי גאָר פֿאָרן קיין מאָנקעטאָוו (ווי ס׳דערציילט אַהרן צייטלינס ייִד פֿונעם „מאָנאָלאָג אין פּליינעם ייִדיש) — אויף פּויליש Pole Mokotowskie.
„מיט אַ מאָל האָט זיך די קאָטש אַרײַנגעדרייט אויפֿן גזשיבאָוו און אַלץ האָט זיך פֿאַרענדערט“. מיט וואָס אַלץ האָט זיך געביטן — אינעם ווײַטערדיקן אַרטיקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.