די ל״ג־בעומר—בר־כּוכבֿא פֿאַרבינדונג

The Lag B'Omer – Bar Kochba Connection

ייִדן פּראַווען ל״ג־בעומר אין טוניס
Courtesy of www.tunisusa.com
ייִדן פּראַווען ל״ג־בעומר אין טוניס

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 26, 2016, issue of May 27, 2016.

דער יום־טובֿ ל״ג־בעומר איז דער סאַמע מיסטעריעזער אינעם ייִדישן לוח. זײַענדיק טיף פֿאַרבונדן מיט קבלה־סודות, בלײַבט דער היסטאָרישער אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער דאַטע אויך אַ רעטעניש.

אין דער הײַנטיקער תּקופֿה האָבן אַ טייל ציוניסטן אָפּגעטײַטשט ל״ג־בעומר ווי אַ נאַציאָנאַליסטישן פֿײַער־טאָג, פֿאַרבונדן מיט בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער. אין די טראַדיציאָנעלע חרדישע קרײַזן באַטראַכט מען אַזאַ אָפּטײַטש ווי אַ פֿאַלש אויסטראַכטעניש און אַפּיקורסות. אַדרבה, ל״ג־בעומר איז דער סאַמע מיסטישער און ריין־רוחניותדיקער יום־טובֿ אינעם יאָר, ווען דער הייליקער רשב״י — רבי שמעון בר יוחאָי — איז ניפֿטר געוואָרן. וויבאַלד די צדיקים בלײַבן נאָך זייער פֿיזישן טויט אַפֿילו מער לעבעדיק, האָט רבי שמעון געהייסן זײַנע תּלמידים צו פּראַווען אַ גרויסע שׂימחה אינעם טאָג פֿון זײַן פּטירה.

די חז״ל אין גמרא גיבן איבער אַ באַקאַנטע לעגענדע, לויט וועלכער רבי עקיבֿא האָט געהאַט 24,000 תּלמידים, וועלכע האָבן געליטן פֿון אַ געפֿערלעכער מגפֿה, ווי אַ שטראָף פֿאַר זייער קריגן זיך איינער מיטן צווייטן. בלויז פֿינעף פֿון זיי זענען געבליבן לעבן, אַרײַנגערעכנט רבי שמעון בר יוחאי. די חז״ל דערמאָנען אָבער נישט די דאַטע, ווען די לעגענדאַרע מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט. דער ערשטער אָפּגעהיטער טעקסט, וווּ די דאַטע ווערט יאָ דערמאָנט, שטאַמט פֿונעם 12טן יאָרהונדערט. רבי אַבֿרהם הירחי גיט איבער, אַז אין אַ געוויסן אַלטן ספֿרדישן ספֿר ווערט געבראַכט אַן עטוואָס אומקלאָרער חשבון, לויט וועלכן עס באַקומט זיך, אַז דווקא ל״ג־בעומר איז דער טאָג, ווען רבי עקיבֿאס לעצטע תּלמידים זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דעם, מוז מען נישט נאָכן דאָזיקן טאָג זיך פֿירן אבֿלותדיק.

רבי אַבֿרהם האָט געשטאַמט פֿון לוניל (לונעל), דרום־פֿראַנקרײַך. זײַן צונאָמען, הירחי, איז אַ טראַדיציאָנעלע לשון־קודשדיקע באַצייכענונג פֿון די לענעלער ייִדן. עס באַקומט זיך, אַז דער ערשטער באַקאַנטער קוואַל, וווּ ל״ג־בעומר ווערט באַמערקט ווי אַ ספּעציעלע דאַטע, שטאַמט פֿון שפּאַניע און פּראָוואַנס. אַן אַנדער גרויסע פֿראַנצויזישע רבנישע פֿיגור, רבי מנחם מאירי, דערמאָנט עס אינעם 14טן יאָרהונדערט.

שפּעטער, אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָט דער גרויסער מקובל רבי חיים וויטאַל איבערגעגעבן, אַז לויט זײַן רבין, דעם הייליקן אַריז״ל, איז רבי שמעון בר יוחאָי ניפֿטר געוואָרן דעם דאָזיקן טאָג; אויף וויפֿל מע ווייסט, איז עס דער ערשטער קוואַל פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע.

אין ארץ־ישׂראל איז אָבער אַמאָל געווען פֿאַרשפּרייט דער פֿאַרקערטער מינהג: צו פֿאַסטן דעם 18טן טאָג אינעם חודש אייר, וואָס שטימט מיטן ל״ג־בעומר, אין שײַכות מיטן מיליטערישן דורכפֿאַל פֿון יהושע בן נון, וועלכער האָט, צוערשט, נישט געקאָנט איבערנעמען די שטאָט עי, צוליב די זינד פֿון איין מענטש, עכן, וועלכער האָט צוגענומען אַ טייל פֿון די אוצרות נאָכן נצחון איבער דער צעשטערטער שטאָט יריחו. די חז״ל דערקלערן, אַז צווישן די צוגעגנבֿעטע אוצרות האָט עכן געפֿונען אַן עבֿודה־זרה און האָט עס אָנגעהויבן דינען.

עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן אַ צאָל אוראַלטע טעקסטן, אַרײַנגערעכנט אַ פּיוט פֿונעם באַרימטן פּאָעט אלעזר הקליר, וואָס זײַנע ווערק פֿאַרנעמען גאָר אַ פּראָמינענט אָרט אין די הײַנטיקע מחזורים, לויט וועלכע דער 18טער אייר ווערט דערמאָנט דווקא ווי אַ תּענית. ווי אַן אינטערעסאַנטן צופֿאַל, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַן אינטערעסאַנטע לעגענדע, לויט וועלכער די ערשטע תּושבֿים אין דער פֿראַנצויזישער שטאָט לונעל זענען געווען דווקא ייִדן פֿון יריחו. מע דערציילט, אַז זייס האָבן זיך באַזעצט אין פּראָוואַנס נאָך מיט 2,000 יאָר צוריק.

הרבֿ נחמן קראָכמאַל, אַן אָריגינעלער פֿילאָסאָף און היסטאָרישער פֿאָרשער פֿונעם פֿריִיִקן 19טן יאָרהונדערט, האָט פֿאָרגעלייגט אַ חידושדיקן אָפּטײַטש פֿון ל״ג־בעומר. לויט זײַן השערה, זענען די תּלמידים פֿון רבי עקיבֿא אומגעקומען אינעם קאַמף קעגן די רוימער. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז רבי עקיבֿא געווען אַ הייסער שטיצער פֿון שמעון בר־כּוכבֿא און לכתּחילה געגלייבט אין זײַן משיחישער ראָלע. ל״ג־בעומר איז געווען אַ טאָג, ווען די אויפֿשטענדלער האָבן אויף אַ קורצער ווײַל מצליח געווען אין זייער קאַמף, הגם בײַם סוף האָבן די רוימער, ווי אַ רעזולטאַט, אומגעבראַכט אַ ריזיקע צאָל ייִדן.

לויט קראָכמאַלס השערה, קאָן מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות האָט אַזאַ געשעעניש געקאָנט באַטראַכט ווערן אי ווי אַ תּענית, איז ווי אַ שׂימחה. צום באַדויערן, בלײַבט קראָכמאַל ווייניק באַקאַנט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, צוליב זײַן אומגעוויינטלעכער קאָמבינאַציע פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט מיט דער העגעליאַנער פֿילאָסאָפֿיע און אַ קריטישן צוגאַנג צו געשיכטע. זײַענדיק אַ מעסיקער גאַליציאַנער משׂכּיל, האָט ער אויסגעקליבן אַן אייגענעם דרך צווישן דער אַלטער רבנישער טראַדיציע און השׂכּלה. אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז די השערה וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן ל״ג־בעומר און בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד איז געווען באַקאַנט נאָך פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז רבי שמעון בר יוחאָי איז געווען צווישן די שאַרפֿסטע און אַקטיווסטע שׂונאים פֿון דער רוימישער אימפּעריע. צוליב דעם האָט ער, לויט דער באַרימטער לעגענדע, זיך באַהאַלטן במשך פֿון 13 יאָר אין אַ הייל. מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי דער יאָרצײַט פֿון אַזאַ פֿיגור און זײַן מיסטישע ירושה האָט אין די פֿריִערדיקע תּקופֿות געקאָנט זיך אַסאָציִיִרן מיטן אַנטי־רוימישן אויפֿשטאַנד.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער צוצוגעבן, אַז אין די מיזרחדיקע ייִדישע עדות בלײַבט ל״ג־בעומר, אין אַ געוויסן זין, דווקא אַן אינטערנאַציאָנאַליסטישער יום־טובֿ. טויזנטער ספֿרדים פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, אַרײַנגערעכנט ארץ־ישׂראל, באַזוכן די הײַנטיקע וואָך די קבֿרי־צדיקים אין מאַראָקאָ אין טוניס. בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין מאָנטעראָל האָב איך געהערט, אַז אַ טייל פֿונעם אָרטיקן ספֿרדישן עולם גרייט זיך צו פּראַווען ל״ג־בעומר אינעם אַראַבישן היימלאַנד פֿון זייערע אָבֿות. אדרבה, אויב דער דאָזיקער יום־טובֿ איז טאַקע היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד, רופֿט די רוימישע אימפּעריע, בפֿרט אין איר שפּעטערדיקן ביזאַנטישן גילגול, אַרויס אין דער מוסולמענישער טראַדיציע פֿאַקטיש די זעלבע נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס, ווי בײַ ייִדן. און וואָס שייך די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, איז כּדאַי זיך אויך צו דערמאָנען, אַז די חנעוודיקע ל״ג־בעומרדיקע מינהגים שטאַמען, ווי עס זעט אויס, דווקא פֿון די ספֿרדים.