דער יום־טובֿ ל״ג־בעומר איז דער סאַמע מיסטעריעזער אינעם ייִדישן לוח. זײַענדיק טיף פֿאַרבונדן מיט קבלה־סודות, בלײַבט דער היסטאָרישער אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער דאַטע אויך אַ רעטעניש.
אין דער הײַנטיקער תּקופֿה האָבן אַ טייל ציוניסטן אָפּגעטײַטשט ל״ג־בעומר ווי אַ נאַציאָנאַליסטישן פֿײַער־טאָג, פֿאַרבונדן מיט בר־כּוכבֿאס אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער. אין די טראַדיציאָנעלע חרדישע קרײַזן באַטראַכט מען אַזאַ אָפּטײַטש ווי אַ פֿאַלש אויסטראַכטעניש און אַפּיקורסות. אַדרבה, ל״ג־בעומר איז דער סאַמע מיסטישער און ריין־רוחניותדיקער יום־טובֿ אינעם יאָר, ווען דער הייליקער רשב״י — רבי שמעון בר יוחאָי — איז ניפֿטר געוואָרן. וויבאַלד די צדיקים בלײַבן נאָך זייער פֿיזישן טויט אַפֿילו מער לעבעדיק, האָט רבי שמעון געהייסן זײַנע תּלמידים צו פּראַווען אַ גרויסע שׂימחה אינעם טאָג פֿון זײַן פּטירה.
די חז״ל אין גמרא גיבן איבער אַ באַקאַנטע לעגענדע, לויט וועלכער רבי עקיבֿא האָט געהאַט 24,000 תּלמידים, וועלכע האָבן געליטן פֿון אַ געפֿערלעכער מגפֿה, ווי אַ שטראָף פֿאַר זייער קריגן זיך איינער מיטן צווייטן. בלויז פֿינעף פֿון זיי זענען געבליבן לעבן, אַרײַנגערעכנט רבי שמעון בר יוחאי. די חז״ל דערמאָנען אָבער נישט די דאַטע, ווען די לעגענדאַרע מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט. דער ערשטער אָפּגעהיטער טעקסט, וווּ די דאַטע ווערט יאָ דערמאָנט, שטאַמט פֿונעם 12טן יאָרהונדערט. רבי אַבֿרהם הירחי גיט איבער, אַז אין אַ געוויסן אַלטן ספֿרדישן ספֿר ווערט געבראַכט אַן עטוואָס אומקלאָרער חשבון, לויט וועלכן עס באַקומט זיך, אַז דווקא ל״ג־בעומר איז דער טאָג, ווען רבי עקיבֿאס לעצטע תּלמידים זענען געראַטעוועט געוואָרן. צוליב דעם, מוז מען נישט נאָכן דאָזיקן טאָג זיך פֿירן אבֿלותדיק.
רבי אַבֿרהם האָט געשטאַמט פֿון לוניל (לונעל), דרום־פֿראַנקרײַך. זײַן צונאָמען, הירחי, איז אַ טראַדיציאָנעלע לשון־קודשדיקע באַצייכענונג פֿון די לענעלער ייִדן. עס באַקומט זיך, אַז דער ערשטער באַקאַנטער קוואַל, וווּ ל״ג־בעומר ווערט באַמערקט ווי אַ ספּעציעלע דאַטע, שטאַמט פֿון שפּאַניע און פּראָוואַנס. אַן אַנדער גרויסע פֿראַנצויזישע רבנישע פֿיגור, רבי מנחם מאירי, דערמאָנט עס אינעם 14טן יאָרהונדערט.
שפּעטער, אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָט דער גרויסער מקובל רבי חיים וויטאַל איבערגעגעבן, אַז לויט זײַן רבין, דעם הייליקן אַריז״ל, איז רבי שמעון בר יוחאָי ניפֿטר געוואָרן דעם דאָזיקן טאָג; אויף וויפֿל מע ווייסט, איז עס דער ערשטער קוואַל פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע.
אין ארץ־ישׂראל איז אָבער אַמאָל געווען פֿאַרשפּרייט דער פֿאַרקערטער מינהג: צו פֿאַסטן דעם 18טן טאָג אינעם חודש אייר, וואָס שטימט מיטן ל״ג־בעומר, אין שײַכות מיטן מיליטערישן דורכפֿאַל פֿון יהושע בן נון, וועלכער האָט, צוערשט, נישט געקאָנט איבערנעמען די שטאָט עי, צוליב די זינד פֿון איין מענטש, עכן, וועלכער האָט צוגענומען אַ טייל פֿון די אוצרות נאָכן נצחון איבער דער צעשטערטער שטאָט יריחו. די חז״ל דערקלערן, אַז צווישן די צוגעגנבֿעטע אוצרות האָט עכן געפֿונען אַן עבֿודה־זרה און האָט עס אָנגעהויבן דינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.