הזכּרה נאָך אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט

In Memory of an American Soldier


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 29, 2016, issue of May 27, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

סטואַרט און זײַן שוועסטער בעווערלי, וואָס וווינט הײַנט אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, זענען אויפֿגעוואַקסן אין דיקס הילס, לאָנג־אײַלאַנד, און זיך געלערנט אין אַ „סאָלאָמאָן שעכטער טאָגשול‟. זײַן בר־מיצווה האָט ער געפּראַוועט אינעם „מעמאָריאַל־דיי‟ 1984, און דעם זעלבן יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידע. ער איז געווען אַ פֿעיִקער תּלמיד אין דער אָרטיקער מיטלשול, זיך באַטייליקט אינעם דעבאַטע־קלוב, געשפּילט אויף דער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט, און געווען אַקטיוו אין דער „בני־ברית יוגנט-אָרגאַניזאַציע‟.

בעת זײַן ערשטן יאָר אין „וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט‟ אין סיינט־לויִס, מיזורי, וווּ ער איז געווען אַקטיוו אין דער סטודענטן־רעגירונג און אינעם „הילל־הויז‟, האָט ער געמאָלדן פֿאַר טאַטע־מאַמע, אַז ער האָט שוין אָנגעהויבן גיין אויף קלאַסן פֿון דער ROTC (אַן אָרגאַניזאַציע איבער די אַמעריקאַנער קאָלעדזש־קאַמפּוסן, וואָס ווערבירט און טרענירט סטודענטן, וועלכע קלערן צו גיין אין מיליטער), און האָט באַשלאָסן אָפֿיציעל זיך צו פֿאַרשרײַבן אין דער פּראָגראַם.

אין 1993 האָט ער גראַדויִרט מיט אַ באַקאַלאַווראַט אין געשעפֿט־אַדמיניסרטאַציע; געוואָרן אַן אונטער־לייטענאַנט (2nd lieutenant) און איז געשטעלט געוואָרן אינעם רעזערוו־דינסט. אין 2001 האָט ער חתונה געהאַט און מיט אַ יאָר שפּעטער באַקומען אַ דיפּלאָם אין יוריספּרודענץ פֿון לאָיאָלאַ־אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.

אין אויגוסט 2004 האָט מען אים געשיקט קיין קוּווייט, וווּ מע האָט אים געהעכערט אין ראַנג אויף מאַיאָר, און אין 2008 איז ער אָנגעקומען אין דער „גרינער זאָנע‟ אין איראַק. דאָרט האָט ער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ מנין מיטן נאָמען „בני־באַגדאַד‟; געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער מיט דער איראַקער ייִדישער קהילה, און געווען אַ מיטגליד פֿון אַ „קריקעט‟־מאַנשאַפֿט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון סאָלדאַטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער.

דעם 6טן אַפּריל 2008, בעת ער האָט געהאַלטן אין מיטן מאַכן פֿיזישע געניטונגען אינעם „געזונט־צענטער‟, איז דער בנין באָמבאַרדירט געוואָרן און ער און נאָך אַן אָפֿיציר זענען דערהרגעט געוואָרן. סטואַרט האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, לי־ען, און דרײַ טעכטער, ליליאַן, מעליסאַ און איזידאָראַ.

אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס סטואַרטס משפּחה האָט געגרינדעט אין זײַן אָנדענק, „דער אינסטיטוט אויף מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿערס נאָמען‟ פֿירט הײַנט דורך כּלערליי אונטערנעמונגען צו העלפֿן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. יעדן פֿרילינג, למשל, אָרגאַניזירט די אָרגאַניזאַציע אַ טאָג מיטן נאָמען Support Our Troops [שטיצט אונדזערע סאָלדאַטן], אין וועלכן הונדערטער מענטשן פֿאַרזאַמלען זיך אין דער שיל „רמת־אורה‟ אין מאַנהעטן; מע גרייט צו 1,000 פּעקלעך פֿאַר די סאָלדאַטן, און 250 באַזונדערע פּעקלעך פֿאַר היימלאָזע וועטעראַנען. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע מאַכן פֿילפֿאַרביקע מצה־דעקלעך פֿאַר די ייִדישע סאָלדאַטן, און מע שיקט עס זיי אין ספּעציעלע פּעקלעך כּשר־לפּסחדיקע שפּײַזן.

סטואַרט און די אַנדערע אומגעקומענע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן — סײַ די ייִדישע, סײַ די נישט־ייִדישע — האָבן זיכער פֿאַרדינט, אַז מע זאָל זיי פֿאַרגעדענקען מיט כּבֿוד און דאַנקבאַרקייט. דעם מאָנטיק לאָמיר אַלע, אַפֿילו אויב בלויז שטילערהייט, אָפּמערקן זייער אָנדענק.