(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער טורמע־רבֿ האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז באַזונדערס רירנדיק איז געווען דער פֿאַרגאַנגענער פּסח־סדר, בעת וועלכן עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער תּפֿיסה איז אויך אַ ייִד. געוויינטלעך, לאָזט מען נישט די אַרעסטאַנטן צו פֿאַרברענגען שפּעט בײַ נאַכט מחוץ זייערע קאַמערעס. לכּבֿוד דער סדר־נאַכט האָט די אַדמיניסטראַציע געגעבן אַ ספּעציעלע דערלויבעניש; פֿאַרשטייט זיך, האָט מען דערלאָזט צו טרינקען נאָר טרויבן־זאַפֿט אַנשטאָט ווײַן. דער פֿאַרוואַלטער איז געקומען אַ קוק טאָן אויף דער אונטערנעמונג און געזאָגט, אַז אין זײַן משפּחה זענען אויך געווען ייִדן; ווען דער רבֿ האָט אים אויסגעפֿרעגט, האָט ער דערקלערט, אַז זײַן באָבע פֿון מאַמעס צד איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי.
יפֿרח אַבראַמאָוו איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער שפּילט אַן אַקטיווע ראָלע אינעם ייִדישן לעבן פֿון פּעטערבורג. אַחוץ זײַן טורמע־טעטיקייט, פֿאַרנעמט ער זיך מיט כּשרות־ענינים און פֿאָרט אַ סך אַרום ווי אַ משגיח. די שטאָטישע אינפֿראַסטרוקטור איז זיך היפּש צעוואַקסן אין די לעצטע יאָרן; אין אַ גאַנצער ריי געגנטן פֿונקציאָנירן הײַנט אָרטיקע שילן, און אין די כּשרע קראָמען קאָן מען געפֿינען כּלערליי פּראָדוקטן. הגם קיין קראָם קאָן זיך נאָך נישט פֿאַרמעסטן מיט אַ טיפּישן סופּערמאַרקעט אין די חסידישע ראַיאָנען פֿון ניו־יאָרק, האָט אַבראַמאָוו באַמערקט, אַז השגחה אין געוואָרן אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד אַן אַקטועלע און שטײַגנדיקע פֿאַך.
זײַן ערשטע שיל — פֿאַר מענער — אויך פֿאַר ערנסטע פֿאַרברעכער, האָט אַבראַמאָוו אָרגאַניזירט מיט פֿינף יאָר צוריק. אין 2013 האָט ער געעפֿנט אַ בית־תּפֿילה אין אַ לײַכטערער תּפֿיסה, און געהאָלפֿן צו ברענגען אַהין ניי־מאַשינען, כּדי די אַרעסטאַנטן זאָלן האָבן אַ פּרנסה. צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, האָט ער באַקומען אַ צוטריט צו אוניקאַלע אַלטע אַרכיוו־דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט די פּראָטאָקאָלן אין שײַכות מיטן אַרעסט פֿונעם ערשטן חב״ד־רבין, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דעם מחבר פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „תּניא‟. אינעם יאָר 2014 איז אַרויס אויף רוסיש זײַן בוך „מגילת אַלטער רבי, י״ט כּיסלוו‟, וווּ די אַנטדעקטע דאָקומענטן זענען צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן.
אינעם יאָר 1798, איז דער „בעל־התּניא‟ אָפּגעזעסן 53 טעג אין דער פּעטערבורגער „פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג‟, געמסרט דורך די מתנגדים און פֿאַרדעכטיקט אין פֿאַרראַט לטובֿת דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, ווײַל ער האָט געזאַמלט צדקה־געלט פֿאַר ייִדן אין ארץ־ישׂראל. אַ טייל נײַ־אַנטדעקטע דאָקומענטן זענען אָנגעשריבן מיט אַן אומקלאָרער אַלטמאָדישער האַנטשריפֿט און בלײַבן אַ רעטעניש; נישט אַלע ווערטער האָט זיך דער מחבר פֿונעם בוך אײַנגעגעבן צו דעשיפֿרירן.
עס באַקומט זיך אַ חידושדיקע היסטאָרישע איראָניע. די הײַנטיקע ליובאַוויטשער חסידים פֿאַרנעמען זיך אַקטיוו מיט די אַרעסטירטע ייִדישע פֿאַרברעכער — טאַקע עכטע — מיט דער מלוכישער הילף אין דער שטאָט, וווּ זייער ערשטער און זעקסטער רבי זענען אַמאָל ביידע געזעסן אין טורמעס און וווּ זיי האָט געדראָט אַ טויט־שטראָף פֿאַר פֿאַלשע באַשולדיקונגען.
אין 2010 האָט די רוסלענדישע „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟, למעשׂה אַ ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציע, געשלאָסן אַן אָפּמאַך מיט די פֿעדעראַלער טורמע־אינסטאַנצן. ווי אַ פּועל־יוצא געפֿינען זיך שוין איצט אין לאַנד אַ טוץ אַרעסטאַנטן־שילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.