(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 1929 האָט קװיטקאָ אַרױסגעגעבן דאָס פּאָעטישע זאַמלבוך „געראַנגל‟, װאָס האָט פֿאַרסך־הכּלט זײַן שעפֿערישקײט פֿאַר די ערשטע טוץ יאָר, 1917–1929. צװישן אַנדערע לידער איז דאָ געװען אַ שאַרפֿע סאַטירע אױף משה ליטװאַקאָװן, דער דעמאָלטדיקער רעדל־פֿירער אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. פֿאַר אַזאַ חוצפּה האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטײ באַשולדיקט קװיטקאָ אין קאָנטר־רעװאָלוציע. מען האָט אים אַרױסגעטריבן פֿון אַלע פּאָסטן, און ער איז אַװעק צו האָרעװען װי אַ פּשוטער אַרבעטער אױף דער בױונג פֿונעם כאַרקעװער טראַקטאָר־זאַװאָד. ערשט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט קװיטקאָ געפֿונען אַ נײַ אָרט אין דער ליטעראַטור װי אַ דיכטער פֿאַר קינדער.
דער סקאַנדאַל מיט ליטװאַקאָװן האָט פֿאַרשטעלט דאָס ליטעראַרישע חשיבֿות פֿון „געראַנגל‟. דאָס דאָזיקע בוך איז אַ װיכטיקער גבֿית־עדות פֿון דער היסטאָרישער איבערגאַנג־צײַט צװישן דער רעלאַטיװ פֿרײַער תּקופֿה פֿון רעװאָלוציאָנערישן אידעאַליזם אין די 1920ער, און דער סטאַליניסטישער דיקטאַטור פֿון די 1930ער יאָרן. קװיטקאָס פּאָעטישע שטים איז אױפֿריכטיק און אָפֿנהאַרציק. דער דיכטער װערט צעמישט, צעטומלט, אומזיכער און אָפֿטמאָל דערשראָקן פֿון דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אַרום אים. דערבײַ װיל ער פֿאַרבלײַבן געטרײַ דעם אידעאַל פֿון דער רעװאָלוציע און דעם קאָמוניסטישן חלום.
צװישן די שטאַרקסטע לידער פֿון אַזאַ מין איז „װעגעלעך קאַלעך‟. דער העלד גײט פֿרײלעך איבער די גאַסן פֿון אַ נײַ–געבױטער שטאָט און באַמערקט אַ פּױער־בעטלער מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט. דער פּױער שרײַט אים נאָך: „היי, גאָספּאָדין! / און האַקט אַ זידל־װאָרט אין מיטן דרין.‟ דאָס דאָזיקע „זידל־װאָרט‟ קריכט דעם העלד אין קאָלנער און טרעפֿט אים אין מאַרך. בײַ נאַכט פֿילט ער זיך נאָך ערגער: „קאַלעמוטנע, קאַלעמוטנע / װערט מיר, קאַלט‟. דעם פּױערס װאָרט רײַסט דעם דיכטער די הױט פֿון קאָפּ און „אַלע מאַרכן עפֿנט אױף און דעקט זײ אָפּ!‟ דאָס װאָרט זאַפּט זײַן טרױם און שװײס — „ביז דאָס זידל־װאָרט צעגײט‟. און אין דער פֿרי זעט מען אַ גאָר אַנדער בילד. מען פֿירט „קלײנע, װײַסע װעגעלעך קאַלעך‟. און דער דיכטער גײט מיט זײ, „דער בליק איז העל / און פֿריש דאָס װאָרט‟.
דער גענױער מײן פֿונעם דאָזיקן ליד בלײַבט ניט קלאָר. מאַסן פֿון פֿאַרהונגערטע אוקראַיִנישע פּױערים װעלן זיך באַװײַזן אױף די גאַסן פֿון סאָװעטישע שטעט ערשט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, בעתן שרעקלעכן „האָלאָדאָמאָר‟, דעם הונגער װאָס האָט אומגעבראַכט עטלעכע מיליאָנען מענטשן װי אַ פּועל־יוצא פֿון דער סאָװעטישער קאָלעקטיװיזאַציע. קװיטקאָס העלד האָט ניט געגעבן קײן נדבֿה דעם פּױער־בעטלער, און יענער האָט אים נאָכגעשיקט אַ קללה, װאָס האָט דעם דיכטער שטאַרק געפּײַניקט די גאַנצע נאַכט. אָבער װאָס מײנען דאָ די „װעגעלעך מיט קאַלעך‟ און פֿון װאַנען נעמען זײ זיך? קאַלעך קאָן מען נוצן סײַ פֿאַר בױען כּדי צו מאַכן צעמענט, און סײַ פֿאַר פֿאַרניכטן קערפּערס אין מאַסן־קבֿרים. אַזױ אַרום לאָזט זיך דאָס ליד אױסטײַטשן אי װי אַ לױבגעזאַנג פֿאַר דער סאָװעטישער מאַכט, אי װי אַ קלאָגליד נאָך דעם אוקראַיִנישן פּױערטום, װאָס װערט באַגראָבן אונטער דעם פֿונדאַמענט פֿון די נײַע שטעט. אין דער פֿרי גײט דער דיכטער מיט דעם סאָװעטישן פֿאָלק, אָבער באַנאַכט פּײַניקט אים דאָס „זידל־װאָרט‟ פֿון דעם פֿאַרהונגערטן פּױער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.