לײב קװיטקאָ איז די סאַמע באַקאַנטע און די סאַמע געהײמניספֿולע פֿיגור אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור.
ער איז נאָך ניט אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור, אָבער עס איז בלױז אַן ענין פֿון צײַט, ביז דער קומעדיקער דור ייִדישע פֿאָרשער װעט אים אַנטדעקן און אָפּשאַצן. דער שליסל צו קװיטקאָס סוד שטעקט אין זײַן פֿעיִקײט צו בײַטן זיך אַליין, שאַפֿנדיק נײַע געשטאַלטן פֿון זיך װי אַ דיכטער און װי אַ מענטש.
צװישן דעם רוסישן עולם איז קװיטקאָ באַקאַנט, קודם־כּל, צוליב זײַנע סאָװעטישע קינדער־לידער. יעדער אײנער האָט זײ קינדװײַז געהערט און געלײענט אין דער רוסישער איבערזעצונג, אָבער בלױז אײניקע װײסן אַז דער מקור איז געװען אױף ייִדיש. דער דאָזיקער טײל פֿון קװיטקאָס ירושה האָט געהאַט אַ מערקװירדיקן גורל. מען האָט זײַנע קינדער־לידער געדרוקט אַפֿילו אין די יאָרן, װען ער אַלײן איז שױן געװען אין תּפֿיסה. מסתּמא זײַנען זײ צו יענער צײַט שױן געװאָרן פֿאַרשפּרײט אַזױ װײַט, אַז מען האָט פֿאַרגעסן אָן דעם מחבר זײערן.
קװיטקאָס קינדהײט איז פֿאַרנעפּלט. לױט פֿאַרשידענע מקורים איז ער געבױרן געװאָרן צװישן 1890 און 1895, אין דעם פּאָדאָליער שטעטל גאָלאָסקאָװ (הגם עס זײַנען פֿאַראַן לכל־הפּחות צװײ שטעטלעך מיט אַזאַ נאָמען אין פּאָדאָליע). ער איז פֿאַריתומט געװאָרן װי אַ קינד, און האָט זיך געלאָזט נע־ונד איבער דרום־אוקראַיִנע. אַ פּנים, האָט דוד בערגעלסאָן איבערגעלײענט אַ ליד זײַנס, און אַרום 1917 האָט זיך קװיטקאָ באַװיזן אין קיִעװ. ער האָט געשריבן לידער פֿאַר קינדער און פֿאַר דערװאַקסענע. זײ האָבן זיך אױסגעטײלט מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקײט און צאַרטקײט פֿון געשטאַלטן, און דערבײַ האָבן זײ פֿאַרמאָגט עפּעס אומהײמלעך.
קװיטקאָ האָט פֿאַרבראַכט די יאָרן 1921–1925 אין דײַטשלאַנד, װוּ ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אײנעם פֿון די װיכטיקסטע ביכער אין דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג, דעם ציקל פּאָגראָם־לידער, „1919‟. דאָס בוך איז אַ ראַדיקאַלער בראָך מיט ביאַליקס טראַדיציע און אַן אָנזאָג אױף דער פּאָעטיק פֿון פּאַול צעלאַן. אין 1926 האָט זיך קװיטקאָ אומגעקערט קײן אוקראַיִנע און פֿאַרנומען אַ חשובֿע שטעלע אין דער רעדאַקציע פֿונעם כאַרקעװער זשורנאַל „די רױטע װעלט‟. צװישן די װיכטיקסטע װערק פֿון יענער צײַט איז דער ראָמאַן „ליאַם און פּעטריק‟, נאָך אײן ניט־דערשאַצט ליטעראַרישער אוצר. לכאורה אַ קינדער־ראָמאַן, איז דאָס אַ געשיכטע פֿון צװײ פֿרײַנד, אַ ייִדישער בחור ליאַם און אַן אוקראַיִנער ייִנגל פּעטריק, װאָס װױנען אין דער ביטערער נױט און לײַדן פֿון דער אַרומיקער ברוטאַלקײט.
די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל קריטישע בילדער פֿונעם אַמאָליקן לעבן, אָבער דאָס איז בלי־ספֿק דאָס שטאַרקסטע און שאַרפֿסטע. כּדי צו אַנטפּלעקן די פֿינצטערקײט פֿון דלות, באַנוצט זיך קװיטקאָ מיט ראַדיקאַלע דערצײלערישע כּלים. דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן װערט געשילדערט אין פֿראַגמענטן, װאָס שאַפֿן ניט קײן אײניקײט און האָבן ניט קײן זין. עס איז ניטאָ קײן לאָגיק און קײן תּכלית אינעם דאָזיקן לעבן. דערבײַ אָבער פֿאַרבלײַבן די חױפּט־העלדן רײן און נאַיִװ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.