(די 2 טע זײַט פֿון 3)
דער מחותּן פֿון הײַ־יאָריקן סעזאָן איז פֿאָרט שלום־עליכם. דעם 14טן אַפּריל איז דערעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג אונטערן טיטל: „שלום־עליכם, דער מחבר פֿון אַ ייִדיש־מענטשלעכער קאָמעדיע“. כאָטש אין אַ באַשיידענעם פֿאָרמאַט, צוגעפּאַסט צו דער גרייס פֿונעם לאָקאַל, איז דאָס אַן אייגן־מיניקע אויסשטעלונג וואָס ברענגט אַרויס, דורך זאָרגעוודיק געצייכנטע טאָוולען, ביכער, דאָקומענטן און אַנדערע עקספּאָנאַטן, די אַנטוויקלונג און דעם זינען פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישע פֿאַרמעסטן. אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג ווערט אָפּגעגעבן דער סעריע אָריגינעלע גראַוויורן וואָס דער ייִדיש־סאָוועטישער קינסטלער תּנחום (אַנאַטאָלי) קאַפּלאַן האָט געשאַפֿן צו דער דערציילונג „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער“.
אַחוץ נאָך פֿאַרשיידענע קינסטלערישע אונטערנעמונגען — מיטן אָנטייל פֿון אַקטיאָרן פֿונעם „טרוים־טעאַטער“ מיט וועלכן עס פֿירט אָן שוין יאָרן שאַרלאָט מעסער — איז אין האַרצן פֿונעם סעזאָן געשטאַנען אַן אינטענסיווער אינטערנאַציאָנאַלער סעמינאַר פֿון דרײַ טעג, אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם אָנגעזעענעם לינגוויסט משה טאַובע, פּראָפֿעסאָר פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט. פּראָפֿ׳ טאַובע — אַ פּראָמינענטער סלאַוויסט אָבער אויך אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿון ייִדישן סינטאַקס — האָט אַנאַליזירט, אויפֿן גרונט פֿון שלום־עליכמס באַליבטע מאָנאָלאָגן, די שפּראַכלעכע מיטלען דורך וועלכע דער שרײַבער גיט איבער די ספּעציפֿישקייט, דעם ריטעם און די אינטאָנאַציע אינעם לשון פֿון יעדן העלד. דער סעמינאַר האָט צוגעצויגן איבער פֿערציק באַטייליקטע פֿון נײַן אייראָפּעיִשע לענדער און אַפֿילו איין אָנטיילנעמער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צו דער געלעגנהייט פֿונעם סעמינאַר איז געפּראַוועט געוואָרן אַ שבת־טיש, בעת וועלכן דער יונגער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־צענטער, טל חבֿר־כיבאָווסקי, האָט פֿאָרגעלייענט — פֿאַקטיש פֿון אויסנווייניק — דעם מאָנאָלאָג „פֿונעם פּריזיוו“. דורך אַזעלכע אַרויסטריטן וואָרצלט זיך ווידער אײַן צווישן אונדז די אַלטע שיינע פֿאָלקישע טראַדיציע פֿונעם „שלום־עליכם־פֿאָרלייענער“, אַ קולטורטיפּ וואָס מע פֿלעגט אַ מאָל טרעפֿן אין כּמעט יעדער משפּחה און אין יעדן ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן קרײַז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.