(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אַ סך פֿרומע ייִדן מקיים גאַנץ ערלעך דאָס וואָרט „בחוקותי‟, פֿאַרגעסנדיק דעם „תּלכו‟. זיי שטרעבן אָפּצוהיטן אַלע מיצוות כּהלכה, בלײַבנדיק אָבער אויף איין אָרט און האָבנדיק מורא פֿאַרן דינאַמישן צוגאַנג צו עבֿודת־השם. אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז דאָס „אָפּפֿאָרן פֿון וועג‟ איז נישט אַ געראָטענער באַגריף, ווײַל אָפֿט מאָל זענען די, וואָס פֿאַרלאָזן די טראַדיציאָנעלע חסידישע ייִדישקייט קיינמאָל נישט געגאַנגען אויף קיין דרך און נישט געלערנט דעם דרך פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ, וועלכער האָט גערופֿן זיך צו באַציִען צו עבֿודה־רוחנית דווקא פּערזענלעך און דינאַמיש. דווקא ווען אַזעלכע מענטשן פֿאַרלאָזן די אָנגענומענע קהילה־נאָרמעס, קומען זיי צו צום ענין פֿון „תּלכו‟.
גאַנץ סימבאָליש, מיט אַ וואָך פֿאַרן חג־השׂבֿועות, ווען אונדזערע נשמות וועלן מקבל זײַן די תּורה פֿון ס׳נײַ אויפֿן אינערלעכן באַרג סיני, וואָרנט אונדז די הײַנטיקע סדרה, אַז מיר מוזן זיך אויסלערנען צו קאָמבינירן „בחוקותי‟ מיטן „תּלכו‟ אויף אַ געזונטן אופֿן. צוליב דעם וואָס די „חוקים‟ זענען גובֿר די גרענעצן פֿונעם מענטשלעכן ראַציאָנעלן שׂכל, גייט מען יעדעס מאָל אַראָפּ, ווען מע איז זיי מקיים, פֿונעם שׂכלדיקן אַלגעמיינעם וועג אין דער וועלט פֿון פּערזענלעכע זוכענישן פֿון צעוואָרפֿענע ניצוצות־הקדושה. מע מוז עס אָבער טאָן פֿאָרזיכטיק און לשם־שמים; דורכטרעטנדיק דעם פּערזענלעכן וועג און פֿאָלגנדיק די אייגענע אינטויִציע, מוז מען זיך היטן פֿונעם אַרײַנפֿאַלן אין דער בלאָטע פֿון הפֿקר.
גלײַך נאָכן אָנזאָג צו גיין אויפֿן וועג פֿון די „חוקים‟, זאָגט דער אייבערשטער צו צו געבן די רעגנס אין זייער צײַט: „ונתתּי גשמיכם בעתּם‟. ווען עס זאָל נישט רעגענען, אַפֿילו שפּעט בײַנאַכט, וועלן זיך טרעפֿן מענטשן, וואָס געפֿינען זיך אויף דער גאַס אָדער פּלאַנירן עפּעס צו טאָן אין דרויסן. הגם אין אַלגעמיין זענען פֿאַראַן געוויסע צײַטן, ווען דער רעגן איז גוט פֿאַר דער אַגריקולטור אָדער נאַטור־פּראָצעסן, איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה האָט אַן אינדיווידועלן כאַראַקטער. אויב די נשמה פֿונעם יחיד „רעזאָנירט‟ מיט דער אַרומיקער נאַטור, וועט זי אַפֿילו אויפֿנעמען דאָס נאַס ווערן אויף דער גאַס ווי אַ גליקלעך טשיקאַווע געשעעניש.
כּדי די דאָזיקע ברכה זאָל מקוים ווערן, מוזן די מיצוות שטימען מיט דער אינטערלעכער נאַטור פֿונעם מענטשן. יעדעס מאָל, ווען מע טוט עפּעס אַ מיצווה, דאַרף מען שטרעבן עס אויפֿצונעמען ווי אַ פּערזענלעכע רוחניותדיקע דערפֿאַרונג און נישט בלויז אַ מעכאַנישן אַקט, וואָס מע טוט בלויז אַבי יוצא צו זײַן. נישט אַלעמאָל איז די דערפֿאַרונג אַ באַקוועמע. למשל, ווען מע זיצט אין דער סוכּה, ווערט מען צומאָל טאַקע נאַס פֿון אַ פּלוצעמדיקן אומגעוווּנטשענעם רעגן. ווען מע שטרעבט צו דערפֿילן דעם רוחניותדיקן תּוכן פֿון דער מיצווה, קאָן אָבער אַזאַ דערפֿאַרונג גופֿא פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קוואַל פֿון התבודדות — מעדיטאַציע — און פּערזענלעכע אַנטפּלעקונגען פֿון רוחניות.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, אין שײַכות צו דער הײַנטיקער פּרשה, אַז ווען די מיצוות ווערן אײַנגעקריצט — „נחקק‟ — אינעם האַרצן, פֿילט זיך דער מענטש אַלץ מער אומאָפּהענגיק און פֿרײַער. פּאַראַדאָקסיש, הגם זײַן נשמה דערגרייט אַלץ טיפֿערע מדרגות פֿון דבֿקות, ווערט זײַן דרך צום באַשעפֿער אַלץ אייגנאַרטיקער, קומענדיק צו מאָל אין סתּירה צו די אָנגענומענע נאָרמעס פֿון די, וואָס היטן די מיצוות בלויז ווי אַ מעכאַנישע סיסטעם פֿון באַפֿעלן. אַ סך גרויסע חסידישע צדיקים האָבן געליטן פֿון רדיפֿות, ווײַל פֿונעם מתנגדישן קוקווינקל האָבן זיי אויסגעזען ווי „אָפּגעפֿאָרענע‟ און ווילדע.
ווען מע פֿאָקוסירט זיך אויף די פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקע מיטלען פֿון אינערלעכע אַנטפּלעקונגען, וואָס פּועלן דורך אומבאַוווּסטזיניקע אַספּעקטן פֿון דער נשמה, גייט מען אַלץ ווײַטער אויף אַן אוניקאַלן אייגענעם דרך, מחוץ די עקסטרעמע היפּוכים פֿון „אַראָפּגיין פֿון וועג‟ און שטיין פֿאַרגליווערט אויפֿן זעלבן אָרט. דווקא אין די מיצוות, וואָס האָבן נישט קיין פּשוטע ראַציאָנעלע סיבות, שטעקט דער שליסל צו אינערלעכע נשמה־כּוחות פֿון שעפֿערישע אַסאָציאַציעס און פּערזענלעכע גײַסטיקע דרכים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.