מוהאַמעד אַליס אוזבעקישע ירושה

Muhammad Ali's Uzbek Legacy

מוהאַמעד אַלי אין אוזבעקיסטאַן, 1978
מוהאַמעד אַלי אין אוזבעקיסטאַן, 1978

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 15, 2016, issue of June 25, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

במשך פֿון די 1960ער יאָרן, האָבן אַ ריי אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פּראָטעסט־גרופּעס אײַנגעזען, אַז די ווײַסע פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטן, אַרײַנגערעכנט לינק־געשטימטע ייִדן, זענען זייערע ברידער אינעם קאַמף קעגן ראַסיזם. די „שוואַרצע פּאַנטערס‟ האָבן אָנגענומען דעם מאַאָיִסטישן לינקן אינטערנאַציאָנאַליזם, און אַ סך „שוואַרצע מוסולמענער‟ האָבן ביסלעכווײַז פֿאַרלאָזט די פּראָ־שוואַרצע ראַסע־טעאָריע. עלײַדזשאַ מוהאַמעדס זון, וואַריט דין מוהאַמעד, האָט געשטרעבט צו דערנענטערן די באַוועגונג צום הויפּטשטראָמיקן איסלאַם און אײַנפֿירן אַ בפֿירוש אינטערנאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיק.

אינעם יאָר 1975 האָט אַלי באַשלאָסן צו ווערן אַ הויפּטשטראָמיקער מוסולמענער. ס׳זעט אויס, אַז זינט דעמאָלט האָט מען פֿון אים דווקא נישט געהערט קיין עכטע אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען. הגם ער האָט שפּעטער איבערגעטריבן אַ פּאָר מאָל די מאָס מיטן זאָגן, אַז „די ציוניסטן קאָנטראָלירן אַמעריקע‟, שיידן זיך נישט די דאָזיקע ווערטער אונטער פֿון זײַנע אַנדערע גרעבלעכע כוליגאַנישע אויסדרוקן לגבי זײַנע באָקס־אָפּאָנענטן און אַנדערע מענטשן. סוף־כּל־סוף, בלײַבט אַלי באַרימט, דער עיקר, ווי דער וועלט־טשעמפּיאָן אין באָקס, נישט ווי אַן אינטעליגענט צי אַ מומחה אין פּאָליטיק.

ווי אַן אַקטיוויסט, בלײַבט ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער וויעטנאַמער מלחמה. אַלי האָט זיך בפֿרהסיא אָפּגעזאָגט פֿונעם פּריזיוו און באַטאָנט, אַז ווי אַ מוסולמענער טאָר ער זיך נישט באַטייליקן אין אַ פֿרעמדער מלחמה קעגן די וויעטנאַמער, וועלכע האָבן אים נישט געטאָן קיין שלעכטס. צוליב דעם אָפּזאָג, איז ער באַשולדיקט געוואָרן אין אַן ערנסט פֿאַרברעכן און במשך פֿון פֿיר יאָר דיסקוואַליציפֿט געוואָרן ווי אַ באָקסער.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זיך אַלי, צוליב זײַן אָפּזאָג, קונה־שם געווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ווי אַ העלד פֿונעם אַמעריקאַנער שלום־אַקטיוויזם. ווען אין 1978 האָט מאָסקווע זיך אָנגעהויבן גרייטן צו דער זומער־אָלימפּיאַדע פֿון 1980, האָט די סאָוועטישע רעגירונג פֿאַרבעטן דעם באַרימטן באָקסער ווי אַ חשובֿן גאַסט.

מוהאַמעד אַלי טרעפֿט זיך מיט לעאָניד ברעזשנעוו אין מאָסקװע, 1978
מוהאַמעד אַלי טרעפֿט זיך מיט לעאָניד ברעזשנעוו אין מאָסקװע, 1978

אין מאָסקווע האָט אַלי זיך געטראָפֿן מיט אַ צאָל סאָוועטישע ספּאָרט־קאָלעגן און אַנדערע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. דערנאָך, צוזאַמען מיט זײַן דריטער פֿרוי, וועראָניקאַ פּאָרש, האָט ער זיך געלאָזט קיין אוזבעקיסטאַן, כּדי צו באַזוכן די אוראַלטע צענטראַל־אַזיאַטישע מוסולמענישע צענטערס: טאַשקענט און סאַמאַרקאַנד.

דער באָקסער איז נתפּעל געוואָרן פֿונעם וויזיט. בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, האָט ער איבערגעגעבן, אַז כּלערליי ראַסעס און עטנישע גרופּעס לעבן צוזאַמען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ „פֿרומע ייִדן דאַוונען אין שילן, און די מוסולמענער — אין מעטשעטן‟. הגם די דאָזיקע ווערטער קלינגען גוזמאדיק, איז עס אמת, אַז דווקא אין אוזבעקיסטאַן האָט די סאָוועטישע מאַכט אַ סך ווייניקער גערודפֿט די גלייביקע מענטשן, בפֿרט בעת דער מעסיקער ברעזשנעווס תּקופֿה. אין טאַשקענט און סאַמאַרקאַנד האָבן אַ סך ייִדן געפֿירט אָפֿענערהייט אַ פֿרום לעבן, און די אָרטיקע מוסולמענער האָבן זיך צו זיי ברידערלעך באַצויגן.

עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן, צי די באַגעגעניש מיט די פֿרײַנדלעכע אוזבעקן און טאַדזשיקן האָט טאַקע משפּיע געווען אויפֿן טשעמפּיאָן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז אין אוזבעקיסטאַן געדענקט מען זײַן באַזוך ווי אַ היסטאָריש געשעעניש. נאָך זײַן טויט, האָט זיך די אינטערנעץ אָנגעפֿילט מיט בילדער פֿון אַליס נסיעה איבערן סאָוועטישן אוזבעקיסטאַן.