ווייניק מענטשן האָבן געקענט צונויפֿברענגען אַזאַ ריזיקן און פֿאַרשידנאַרטיקן ייִדישן עולם ווי דער קלאַסישער שרײַבער שלום־עליכם, וועמעס לוויה אין 1916 האָט צוגעצויגן, צום ווייניקסטן, הונדערט־טויזנט אָבֿלים, מער ווי אַלע אַנדערע לוויות, וואָס זענען פֿריִער פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט ניו־יאָרק.
דערפֿאַר איז פּאַסיק, וואָס אויף אַ פּראָגראַם פֿון כאָרמוזיק לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יאָרצייט פֿון דעם קלאַסיקער זענען געקומען אַרום 600 מענטשן. זונטיק דעם 5טן יוני האָט דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, דיריגירט פֿון בנימין שעכטער, פֿאָרגעשטעלט אין „סימפֿאָני ספּייס‟ אַ קאָנצערט, כּדי צו באַזינגען שלום־עליכמס קולטור־ירושה.
די פּראָגראַם, „צום לעבן, צום לאַכן, לחײם‟, איז באַשטאַנען פֿון נײַע און אַלטע אַראַנזשירונגען פֿון שלום־עליכמס לידער און אָפּקלײַבן פֿון ייִדישע פּיעסעס באַזירט אויף שלום־עליכמס ווערק. דער כאָר, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קליידער און שאַליקן פֿון פֿאַרשידענע קאָלירן, האָט געזונגען מיט פֿרייד און פּרעציזקייט.
די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט מאַרק צוקערמאַנס לעבעדיקער אַראַנזשירונג פֿונעם חנוכּה־ליד „פֿײַער, פֿײַער‟, מיט מוזיק געשריבן פֿון וולאַדימיר חפֿץ, און דערנאָך זלמן ראָזענטאַלס באַקאַנט ליד „בײַ דעם שטעטל‟. אינעם קומענדיקן נומער האָט דער חזן יהושע ברייצער מיט זײַן פֿרוי דאָנע ברײצער געזונגען אַן אַראַנזשירונג פֿון אַ פּאָפּולערן אַמעריקאַנער ניטל־ליד „קעצעלע, ס׳ברענט דער פֿראָסט‟ (Baby It’s Cold Outside). דער עולם האָט זיך צעלאַכט במשך פֿונעם נומער, אפֿשר דערפֿאַר, וואָס עס איז געווען אַ חידוש צו הערן אַ ניטל־ליד אויף ייִדיש.
נאָך דעם האָט מען געזונגען אויסקלײַבן פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס גרעסטע שלאַגערס. ווי בנימין שעכטער האָט דערקלערט, האָט שלום־עליכם פּאָפּולאַריזירט וואַרשאַווסקיס מוזיק דורכן טראַנסקריבירן און העלפֿן אַרויסגעבן זײַנע לידער אין 1901. שפּעטער איז וואַרשאַווסקי אויפֿגעטראָטן מיט שלום־עליכמען אויף ציוניסטישע פֿאַרזאַמלונגען, וווּ וואַרשאַווסקי האָט געזונגען זײַנע לידער און שלום־עליכם האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע דערציילונגען. בנימין שעכטערס טאָכטער טעמע־ליבע האָט געזונגען אַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון וואַרשאַווסקיס „דער אלף־בית‟ („אויפֿן פּריפּעטשיק‟), וואָס זי האָט אַראַנזשירט צוזאַמען מיטן טאַטן. זי האָט געזונגען מיט אַ סך געפֿיל און אַזוי אַרום דעמאָנסטרירט די ברייטע גאַמע פֿון איר קול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.